דעצעמבער 2025/כּיסלו תּשפּ״ו

לי‫בע גוטע־פֿרײַנד,

אי‫ך ווער תּמיד באַגײַסטערט און אינספּירירט פֿונעם ייִדיש־אָפּטימיזם. אין 1979 האָט דער טאַטע, מרדכי שעכטער – דער דעמאָלטיקער אויספֿיר־סעקרעטאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע – געשריבן אין אַ בריוו דער עקזעקוטיווע, ווען מ׳האָט געהאַלטן אין קלערן וועגן אָרגאַניזאַציאָנעלע שינויים:

וו‫י סע גייט איצט, אָבער, וועלן מיר נישט נאָר עקסיסטירן,

נאָר גאָר בליִען (א‫יר וועט שוין געדענקען מײַנע ווערטער!),

אַ‫פֿילו אינעם 21סטן יאָרהונדערט.

אָט ז‫ענען מיר, היפּשע 46 יאָר שפּעטער, פּונקט ווי ער האָט עס פֿאָרויסגעזען, און די ייִדיש־ליגע בליט ווײַטער, בשעת אַ סך אַנדערע ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס זענען שוין לאַנג פֿאַרשוווּנדן. אײַער ברייטהאַרציקע שטיץ אין משך פֿון די יאָרן האָט אונדז דערלויבט ווײַטער צו קענען שאַפֿן ייִדישע פּראָגראַמען, פּראָיעקטן און פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן וואָס דערפֿילן אײַערע באַדערפֿענישן, ווי אויך די פֿון דער הײַנטיקער תּקופֿה.

מ‫יר בליִען ווײַטער דורכן…

צו‫שטעלן אַ פֿאָרום פֿאַר ייִדישע שרײַבערס – אין 2026 וועלן מיר פּראַווען 85 יאָר אויפֿן שוועל. איין קלי‫יניקייט פֿאַר אַ געדרוקטן זשורנאַל! איבער הויפּט אַז מע נעמט אין אַכט די ריזיקע בײַטן ווי אַזוי מיר

לי‫יענען און זאַפּן אײַן ליטעראַטור און אינפֿאָרמאַציע.

פּראָ‫דוצירן ייִדישע ווידעאָס – די (ביז איצט) 74 ייִדישע ווידעאָ־אינטערוויוען אויף אונדזער יוטוב־קאַנאַל מיט איינגאַרטיקע און אינטערעסאַנטע פּערזענלעכקייטן איבער גאָר דער וועלט האָט דער עולם שוין אַ בליק געטון 143,000 מאָל און געקוקט 17,000 שעהען לאַנג. פּראָגראַמען פֿון איכות. עטלעכע קוקערס האָבן או‫נדז אַפֿילו איבערגעגעבן אַז זייער ייִדיש האָט זיך פֿאַרב‫עסערט דורכן צוהערן זיך!

אַרוי‫סגעבן נײַע לערן־מאַטעריאַלן – מיר קומען נאָך די פֿאָדערונגען אויף ייִדישע לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר מיטעלע און ווײַטהאַלטערס. *אונדזער נײַסט סטודענטיש לייענביכל, פֿון פּרץ־דערציילונגען באַאַרבעט פֿון משהלע אַלפֿאָנסאָ – מיט מער ווי 125 עקזעמפּלאַרן שוין פֿאַרקויפֿט אין משך פֿון די ערשטע צוויי חדשים – איז ממש אַ בעסטסעלער! *ס׳קומעדיקע יאָר וועלן מיר מערטשעם אַרויסגעבן שבֿע צוקערס אַ נײַ ווײַטהאַלטער־טעקסטבוך, באַזירט אויף אויטאָביאָגראַפֿיעס, מיט גראַמאַטישע געניטונגען און קלאַנג־רעקאָרדירונגען.

סאָציאַל‫ע מעדיע און צוטריט אָנלײַן – מיר ווערן אַלץ מער אָנזעעוודיק אין דער סאָציאַלער מעדיע, דורכן צושטעלן אינפֿאָרמאַציע אויף אַן אופֿן ווי דער עולם נעמט עס אויף. *אונדזערע „ווערטער פֿון דער וואָך“, מיט טעמאַטישן וואָקאַבולאַר און גראַמאַטישע עצות, ווערט צעשיקט צו ייִדישיסטן איבער גאָר דער וועלט און העלפֿן זיי פֿאַרבעסערן זייער גערעדטן ייִדיש. *אײַערע קשיות און פֿירלייגן געשיקטע אינעם אָנלײַן־ווערטערבוך העלפֿן אונדז דערהײַנטיקן און אויסברייטערן דעם ווערטער־אוצר. *אונדזער נײַע וועבזײַט, וואָס וועט מערטשעם דעביוטירן אין 2026, וועט‫ זײַן אַ טײַערער רעסורס פֿאַר ייִדיש־סטודענטן און ־ענטוזיאַסטן.

נ‫ײַע אינטעראַקטיווע פּראָגראַמען – אויף דער בקשה פֿון אונדזערע מיטגלידער האַלטן מיר אין אײַנפֿירן אַ רעגולערן ווידעאָ־שמועסקרײַז. נאָך פּרטים וועלן אָט־אָט קומען!

שט‫עלט צו אַ ברייטע פּלייצע בײַם שטיצן די ייִדיש־ליגע (leagueforyiddish.org). ד‫ע‫ר‫לויבט אונדז אײַך ווײַטער צוצושטעלן נאָוואַטאָרישע ייִדיש־פּראָגראַמען און לערנוואַרג וואָס שטיצן דאָס ייִדישע וואָרט… און ווײַטער בליִען!

וואַ‫רעמע ייִדיש־גרוסן,

גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט

פֿאָרזיצער

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here