דער גרויסער העברעיִשער שרײַבער, דער נאָבעל-לאַורעאַט ש”י עגנון האָט אין מזרח-ירושלים פּאַלעס-טינער קרוֹבֿים פון הויכן יחוס. אָבער אין דער צײַט װען שי עגנון האָט געװײטיקט און זיך געשעמט מיטן הויכן פּאַלעסטינישן יחוס פון דער משפּחה נאַשאַשיבי – זענען זײַנע פּאַלעסטינער קרוֹבֿים גלײַכגילטיק צו זייער ייִדישן ליטעראַרישן יחוס פון דעם נאָבעל-לאַורעאַט: נישט זיי גרויסן זיך, און נישט זײ שעמען זיך מיט אים.

אין די יאָרן פון דעם בריטישן מאַנדאַט האָט עגנונס שװעסטערקינד אסתר װינער זיך פאַרליבט אין דזשאַואַד נאַשאַשיבי, דעם זון פון אַ חשובֿן פּאָליטיקער אין אַראַבישן טײל פון ירושלים, בעת יענער האָט באַגלייט זײַן מומע, װאָס איז געװען אַן אײַנגייערין אין הויז פון עגנון און איז געקומען קויפן אַ פוטער אינעם געשעפט פון עגנונס שװאָגער, דעם פוטער-פאַבריקאַנט מילי װײַנער. די צװײ יונגע מענטשן האָבן זיך פאַר-ליבט, חתונה געהאַט, געהאַט דריי קינדער און זייער מוטער איז מיט דער צײַט אַריבער צום איסלאַמישן לויבן. אין 1955 האָט דזשאַואַד גענומען אַ צװײט װײַב און די משפּחה האָט זיך צעשײדט.

נאָך דער זעקסטאָגיקער מלחמה האָט אסתר זיך צוריקגעקערט אין ייִדישן טייל פון דער שטאָט, אָבער אירע קינדער, װאָס זענען פֿאַרבליבן מיטן פֿאָטער, האָבן װײַטער אָנגעהאַלטן פאַרבינדונגען מיט זייערע ייִדישע קרוֹבים.

מיט אַ קורצער צײַט צוריק האָבן אייניקע פון זיי זיך באטײליקט אין אַ כּינוס פון דערציילערס, װאָס איז פאָרגעקומען אין “בית אריאלה” אין תל-אבֿיבֿ, און אויף װעלכן עס איז דערציילט געװאָרן אויך די פּאַלעסטינער סאַגע פון דער משפּחה עגנון.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here