אַ קװערשניט דורך דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַ-טער, אָנהײבנדיק פֿון אַברהם גאָלדפֿאַדען ביז אונדזע-רע טעג, – האָט אַדורכגעפֿירט דער פֿאָרזיצער פֿונעם קולטור-קרײַז, ח’ מיכאל װײַנאַפּעל אין אַ פֿאָרלעזונג געהאַלטן דעם 20-סטן סעפּטעמבער ד. י. אין זײַן אַײַנפֿיר צום רעפֿעראַט האָט ער אין קורצן דערמאָנט דעם װעג פֿון דעם נישט-ייִדישן טעאַטער, פֿון דעם אַלטערטימלעך גריכישן, דורך דעם איטאַליענישן און פֿראַנצייזישן “טעאַטר דעל-אַרטע” און דעם ענגלישן שעקספּיר-טעאַטער, ביז צו דעם מאָדערנער עסטראַ-דע, װעלכער האָט זיך אויסגעשפּרייט איבער דער גאַנצער װעלט און האָט אויך באַװירקט דעם געבורט פֿון דער ייִדישער טעאַטער-בינע, װאָס האָט אירע װאָרצלען געצויגן פֿון דעם פּורים-שפּיל און די אינסצעניזירונגען אויף פֿאַרשיידענע טעמעס פֿון דעם רעליגיעזן און געשיכטלעכן נאַראַטיװ.

דער רעפֿערענט האָט דערמאָנט די ראָל אויך פֿון דער “מוטער פֿון ייִדישן טעאַטער” אסתר-רחל קאַמינסקי און האָט אויסגערעכנט אַ לאַנגע רשימה פֿון די גרויסע ייִדישע אַקטיאָרן, װעלכע האָבן מיט זייער קינסט-לערישער אַקטיװיטעט אויסגעפֿלאַסטערט די רײַכע געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין דעם קורצן, אָבער משמעותדיקן צײַט-אָפּשניט פֿון זײַן עקסיסטענץ אין די פֿאַרשײדנסטע אומשטענדן ביזן הײַנטיקן טאָג.

נאָך דעם אינטערעסאַנטן רעפֿעראַט איז אויפֿגעטראָטן מיט איר פּראַכטולן סאָלאָ-געזאַנג די דיריגענטין פֿון דעם מיכאל קלעפּפֿיש-כאָר בײַם אַרבעטער-רינג, עליזה בלעכעראָװיטש,אויספֿירנדיק ייִדישע לידער פֿון קװאַליטאַטיװן רעפּערטואַר, טּײל פֿון זיי מיט די מעלאָדיעס, קאָמפּאָנירטע פֿון איר ברודער, דעם מוזיקער מישאַ בלעכעראװיטש א.אַנד. – בײַ דער קלאַװיר-;באַגלייטונג פֿון אַנאַ סמאָלאָװא.ש.

Originally published on November 01, 2006