צװײ װעלטן האַלטסטו בײַ דער האַנט
און בײדע װעלטן זײַנען דײַנע,
דײַן מאָרגן און דײַן נעכטן הײַנט
דעם װעג דעם זוניקן באַשײַנען.

צװײ װעלטן האַלטן אונטער דיך:
אַ יונג, פֿריש װעלטל פֿול מיט ליכט,
אַ װעלט פֿון קנאָכיקן אויסדויער
װאָס קװעלט פֿון הימלען און פֿון רויערד.

צװײ װעלטן פֿירן דיך פֿאַרליבט…
צי קען דען צײַט דעם בונד צערײַבן? –
אַז בײדע װעלן אײביק בלײַבן
דײַן לײַ ב – און – לעבן און דײַן ליד.

ירושלים, 1994 פון דעם בוך “שפּיגל-כתב”פון יוסף קערלער און באָריס קאַרלאָװ