זײַ זיך מטריח, גוטער לייענער, לאָז זיך אָן מוֹרא אַרײַנפֿירן אין דעם צויבער-װינקל, װאָס רבֿקה באַסמאַן בן-חיים האָט פֿאַר דיר אויפגעמישט און אויפֿגעעפֿנט. די קלאַנגען פֿון איר לידער-געזאַמל װעלן דיך דערנאָך במילא באַגלייטן אין דײַן גרויער װאָכעדיקייט און זיך באַהעפֿטן מיט די שײנקייטן װאָס זענען דיר שוין פֿון פֿאָרויס באַשערט געװען. דײַן אייגענע פֿרײד און דײַנע אײגענע אומעטיקע רגעס װעלן אַװדאי געפֿינען אַן אָנשפּאַר אין דער פֿרייד און אין דעם אומעט פֿון רבֿקה באַסמאַנס ליד.

האָב קיין מוֹרא ניט, גוטער לײענער, רבֿקהס לידער שרײַען קיינמאָל ניט, זײ שטורעמען ניט, זײ שטײַגן ניט אַריבער די ברעגן. זײ כװאַליען װי פֿון אַן אײביקן קװאַל, און דו װעסט אין זײ דערפֿילן דעם ריטעם פֿון איר אָטעם. זי איז דאָך אַװדאי געקומען אויף דער װעלט מיטן ניגון פֿון ליד אויף די ליפּן.

באַלד װעסטו זיך כאַפּן, אַז רבֿקה פֿירט אין איר ליד אַן אינטימען דיאַלאָג מיט בלומען, מיט בײדער, מיט געפֿליגן און בעלי-חײם. זי איז פּאַניבראַט מיט דער נאַטור, און װען זי זאָגט, אַז “קלאַנגיקער רעגן שמועסט מיט מיר”, מוזן מיר איר גלײבן, אַז זי פֿאַרשטייט זײַן לשון. זי איז זיך מוֹדה: “אַז איך לײג צו אַן אויער צום בוים / און נעם אים אַרום / הער איך אַ ליד װאָס זינגט / די װינטיקע צײַט”.

רבֿקהס שטענדיקער דיאַלאָג מיט געװיקסן, פֿרילינג און זומער, אין זוניקע טעג און אין כמאַרע-רעגנדיקע, איז אין תּוך אַן אָנצוהערעניש װאָס עס טוט זיך אין איר נשמה. זי זוכט אין דעם אַן ענטפֿער װיאַזוי צו פֿאַרװאַנדלען אימה אין ליד, און אימה טראָגט זי אין זיך אָן אַ שיעור, די אימה, מיט װעלכער זי איז געפּרוּװט געװאָרן אין װילנער געטאָ און אין דײַטשע לאַגערן:

עס רוען ניט די נעכט אין מיר

און פֿרעגן:

װי װערט פֿון אימהדיקע װעגן

אַ ליד?

אָט די שאלה מאַטערט זי שטענדיק, און אינאיינעם מיטן ענטפֿער װאָס זי געפֿינט אין איטלעכן אויסגעטראָגענעם ליד שלאָגט שוין די שאלה אַרויס פֿון דאָס נײַ.

די פרײד װאָס האָט באַלויכטן רבֿקהס ליד אין די פֿאַרלעבטע יאָרן מיט איר זיווּג, מיט מולה בן-חיים, איז פֿאַרװאָלקנט און פֿאַרטונקלט געװאָרן פֿון זינט ער, מולה, איז פֿאַר דער צײַט אַװעק אין דער אײביקייט, און זי איז געבליבן אַלײן מיט איר טרויער, מיט איר װײטיק, מיט איר בענקשאַפֿט, מיט

יאָרצײַט

װײצײַט

װײנצײַט

אויסצײַט

ניטצײַט.

אין איר צויבער-װינקל, אַלײן מיט איר פֿאַרלאָשענער פֿרײד, אַלײן מיט איר נאָגנדיקער בענקשאַפֿט, געפֿינט זי אַ מקום-מיקלט און אַ טרײסט אין איר ליד, אין דעם שטילן געזאַנג, װאָס שטראָמט פֿון אירע טיפֿענישן.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here