פֿ ו ן העט װען עקבערט מײַן מוֹח אַזאַ פֿראַגע: צי זײַנען בײַ ייִדן געװען װעלכע עס איז מעגלעכ־ קייטן פֿאַר אייגענע, תּכליתדיקע איניציאַטיװן אין דעם דראַמאַטיש־גוֹרלדיקן פּעריאָד פֿון 1880 ביז אַן ערך 1950? אין דעם אָפּשטאַנד פֿון יאָרן זעט מען באַשײַמ־ פּערלעך װאָס אונדזערע גדוֹלים־טאָנגעבער האָבן אין זייער צײַט יאָ און נישט אָפּגעטאָן. געזוכט אַן ענטפֿער אין מעמואַרן און פּובליציסטיק. באַזונדערס װערטפֿול זײַנען די װערק פֿון שמעון דובנאָװ (1860־1941), װײַל דער באַרימטער היסטאָריקער איז געװען אַ מיטצײַט־ לער פֿון יענער תּקופֿה.

דאָ װעט נאָר גײן אַ רײד װעגן ייִדישע װעלט־אינ־ סטיטוציעס. אין יאָר 1860 איז אין פּאַריז אויפֿגעקומען די אָרגאַניזאַציע “אליאַנס איזראעליט אוניװערסאַל”. אין יאָר 1906 איז אין ניו־יאָרק געגרינדעט געװאָרן דער “אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט”. זײ פֿלעגן אינטערװענירן בּשעת גזירות קעגן ייִדן, העלפֿן עמיגראַנטן און זיך אָפּגעבן מיט הומאַניטאַרער טעטיקייט. די כּסדרדיקע רעפּרעסיעס אין מזרח־אייראָפּע און פּאָגראָמען אין דער רוסישער אימפּעריע האָבּן גוֹרם געװען אַ מאַסן־עמיגראַ ־ ציע, בעיקר קײן אַמעריקע. פֿון 1882 אָן האָבן גענומען אָנקומען אין פּאַלעסטינע גרופּעס “בילו”־ענטוזיאַסטן. די פּלאָגענישן האָבּן אויפֿגערודערט די געמיטער בײַ די אינטעלעקטואַלן.

דער שאַפֿער פֿון עספּעראַנטאָ, ד” לאַזאַר זאָמענהאָף, איז אין 1881 אַרויס מיט אַ פֿאָרלײג: אַנשטאָט דער סטיכישער עמיגראַציע בעסער אויפֿלעבן אַ ראַנד־געביט אין די פֿאַר. שטאַטן, דערפֿירן דאָרט ביז 60 טויזנט אײַנװױנער, דאַן װעט מען לויט זײער קאָנסטיטוציע קענען פּראָקלאַמירן אַ שטאַט. לעאָן פּינ סקער האָט אין זײַן בראָשור “אויטאָעמאַנציפּאַציע” (1882) געטענהט, אַז ייִדן דאַרפֿן האָבּן אַן אייגענע טעריטאָריע אין פּאַלעסטינע אָדער אין אַמעריקע. דאָס איז נײטיק צו באַהאַנדלען אויף אַן אַלגעמיינעם ייִדישן קאָנגרעס. די ציוניסטישע היסטאָריקער רעדן אײַן, אַז די־אָ אידיי איז מקויים געװאָרן אויפן ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל (אין 1897). אין זעלבן יאָר איז אַנטשטאַנען דער “בונד” און אין 1903 – די טעריטאָריאַליסטישע באַװעגונג.

אונטערן אײַנפֿלוס פֿון דעם פּאָליטישן אויפֿברויז אויף דער ייִדישער גאַס איז ש. דובנאָװ אַרויס מיט אַזאַ טעזע: מען דאַרף האָבן אין יעדן לאַנד אַן אויטאָריטעטע קהילה און פֿון זײ פֿאָרמירן אַן אַלװעלטלעכן קאָנגרעס. שפּעטער, נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה איז דאָס געװאָרן באַזונדערס אַקטועל. װען עס האָט אין יאָר 1919 זיך אָנגעהויבן די שלום־קאָנפֿערענץ אין פּאַריז, איז דאָרט עטאַבלירט געװאָרן דער “קאָמיטעט פֿון ייִדישע דעלע ־ גאַציעס”. אויף זײַן באַזע איז אין 1936 אויפֿגעקומען לסוף “דער ייִדישער װעלט־קאָנגרעס”. דער ציוניסטישער עסקן נחום גאָלדמאַן איז נאָמינירט געװאָרן װי דער פּרעזידענט און האָט פֿאַרװאַנדלט דעם אַנשטאַלט אין אַ פֿיליאַל פֿון דער ציוניסטישער װעלט־אָרגאַניזאַציע. ניט־ ציוניסטן זײַנען געבליבן מחוץ למחנה, אָבער גאָלדמאַנס קאָמאַנדע האָט טרומײטערט “אין נאָמען פֿון דעם װעלט־ייִדנטום”.

אָט למען האמת אײן העסלעכער פֿאַקט: אין 1939 – 1942 איז ד”ר י.נ. שטײנבערג (.אַ טעריטאָריאַליסט) געװען אין שליחות אין אויסטראַליע מכּוֹח קאָלאָניזירן פּליטים פֿון אייראָפּע אין דער קימבערלײ־פּראָװינץ. אַפֿילו װלאַדימיר זשאַבאָטינסקי האָט אין זײַן לעצטן בוך באַװוּנדערט דעם־אָ פּאַטריאָטישן טאַט. דער קאָנגרעס, דאַקעגן, האָט בּשתּיקה טאָרפּעדירט די זאַך – עס קען אפֿשר, חלילה, דאָרט אויפֿשטיין אַ ייִדן־לאַנד.

װאָס־זשע? דער קאָנגרעס איז געקומען שטאַרק פֿאַר ־ שפּעטיקט, װען דער טראַגישער גוֹרל פֿון דעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום איז שוין געװען געחתמעט. דערצו נאָך איז ער לויט זײַן רעפּרעזענטאַנץ און קאָמפּעטענץ געװען הימל־װײַט פֿון אַ דעמאָקראַטישן “פּאַרלאַמענט אין גלות”.

נאָכן נצחון אבער היטלער־דײַטשלאַנד איז דער קאָנ ־ גרעס געװאָרן אַ שמאַלצגרוב פֿאַר זײַנע פֿונקציאָנערן מיט סופּער־געהאַלטן און פּענסיעס אויפֿן חשבּון פֿון צוגעאייגנטע געלטער, באַשטימטע פֿאר די חורבּן־איבער־ געלעבטע. װעגן דעם איז איצט אַרויס אַ פֿילם מיטן נאָמען “עטיק פֿון ניט־אויסצאָלונגען” הכּלל, אַ מין “פּאַרלאַמענט אין גלות” איז שוין געװען לעבנס־װיכטיק פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה. אפֿשר װאָלט דער װײַטערדיקער היסטאָרישער גאַנג בײַ ייִדן ניט געװען אַזוי שוידערלעך אַכזריותדיק. נאָך 1945 זײַנען דאָך געװען אַקטיװ טעטיק פּראָמינענטע בונדיסטן, טעריטאָר ־ יאַליסטן און אַנדערע ניט ציוניסטישע גדוֹלים. פֿאַרװאָס האָבן זיי בּכלל דערלויבט דעמאַגאָגן אוזורפּירן אַן אַל ־ װעלטלעכע אינסטיטוציע, װעלכע האָט באמת געקענט שפּילן אַ שליסל־ראָל פֿאַרן גונסטן פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק? פֿאַרװאָס האָבן זײ ניט אינטערװענירט, אַז פֿון אַ טײל קאָמפּענסאַציע־סומעס זאָל מען אויסבויען אַ ייִדיש־ צענטער? אונדז, ייִדישע ענטוזיאַסטן געלאָזט פאַריתומט און אויסגעשטעלט אויפֿן גנאָד פֿון אינערלעכע און אפֿשר פֿײַנטלעכע פֿאַקטאָרן.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here