דעם ערשטן קאַפּיטל „הערי פּאָטער“ אויף ייִדיש קען מען איצט הערן אָנלײַן בחינום. דעם טעקסט פֿונעם פּאָפּולערן ראָמאַן לייענט פֿאָר דער איבערזעצער פֿונעם ראָמאַן אַרעלע ווישוואַנאַט אַליין. כאָטש ער רעציטירט די נאַראַציע אויף זײַן אייגענעם דרום־מיזרחדיקן ייִדיש, שפּילט ער אויס די ראָלעס פֿון געוויסע העלדן אויף ספּעציפֿישע ייִדישע דיאַלעקטן. העגריד, למשל, ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ פּוילישער ייִד וואָס רעדט מיט אַ שטאַרקן אַקצענט, און מאַקגאָניגל — ווי אַ ליטוואַק.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here