מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.
פֿאַראַן מענטשן, װאָס האָבן קײן זאַך נישט געלערנט און קאָנען אַלצדינג; אין ערגעץ נישט געװעזענע און װײסן אַלצדינג; אױף קײן זאַך נישט באַטראַכט זיך און פֿאַרשטײען אַלצדינג.
אָט אַזאַ מענטש איז געװען בײַ אונדז אין כּתרילעװקע און גערופֿן האָט מען אים: „אײן מאָל משה‟.
דערפֿאַר האָט מען אים גערופֿן „אײן מאָל משה‟, װײַל אױף יעדער זאַך, װאָס ער האָט געזען, געהערט אָדער געמאַכט, האָט ער ליב געהאַט צו זאָגן: „שױן אײן מאָל אַזױ‟.
„מען האָט געטראָגן אַן אינדיק אױף פּסח — שױן אײן מאָל אַן אינדיק!‟
„מאָרגן װעט זײַן אַ פֿראָסט אין דרױסן — שױן אײן מאָל אַ פֿראָסט!‟
https://forward.com/yiddish/455458/what-a-sukkah/