קאָנספּיראָמאַ֜ניעס‮ האָבן תּמיד‮ אַרײַ֜נגעצויגן‮ אָ֜נהענגערס‮.‮ ‮אין די אַ֜לטע טעג האָט מען ס׳רובֿ געהע֜רט,‮ למשל‮,‮‮‮‮‮וועגן ‮בלו֜ט־בילבו֜לים‮ און די פּראָטאָקאָ֜לן פֿון די זקני־ציון‮.‮ הײַנט אָבער, מיט דער הילף פֿון דער‮‮ ‮אי֜נטערנעץ,‮‮ ‮האָבן ‮זיך פֿאַרשפּריי֜ט‮ אָן אַ שיעור קאָנספּיראָמאַ֜ניעס:‮ דע֜ר גלייבט אַז אַ ייִ֜דישער‮‮ קאָ֜סמאָס־לאַ֜זער ‮האָט ‮או֜נטערגעצונדן די קאַליפֿאָ֜רניער שׂרפֿות‮; אַ צוויי֜טער גלייבט אַז די וועלט ליגט אין די הענט‮ פֿון אַ כאָ֜פּטע ‮‮‮‮אינטריגאַ֜נטן פֿון דער באַהאַ֜לטענער מאַכט‮; און אַ דרי֜טער גלייבט גאָר אין די ווי֜לדע טעאָ֜ריעס פֿו֜נעם קו֜־אַנאָ֜ן‮. ‮‮‮ווי זשע דרייט מען זיך אַרוי֜ס פֿון אַזוי֜נע משוגעתן‮‮?

[KONSPIROMÁNYES HOBN TÓMED ARÁYNGETSOYGN ÓNHENGERS. IN DI ÁLTE TEG HOT MEN SROV GEHÉRT, LEMÓShL, VEGN BLÚT-BILBÚLIM UN DI PROTOKÓLN FUN DI ZÍKNE-TSÍEN. HAYNT OBER, MIT DER HILF FUN DER ÍNTERNETS, HOBN ZIKh FARShPRÉYT ON A ShÍER KONSPIROMÁNYES: DÉR GLEYBT AZ A YÍDIShER KÓSMOS-LÁZER HOT ÚNTERGETSUNDN DI KALIFÓRNYER SRÉYFES; A TSVÉYTER GLEYBT AZ DI VELT LIGT IN DI HENT FUN A KhÓPTE INTRIGÁNTN FUN DER BAHÁLTENER MAKhT; UN A DRÍTER GLEYBT GOR IN DI VÍLDE TEÓRYES FÚNEM KÚ-ANÓN. VI ZhE DREYT MEN ZIKh ARÓYS FUN AZÓYNE MIShEGÁSN?]

blood libel: דער בלו֜ט־בי֜לבול, ־ים
[DER BLÚT-BILBL, -BILBÚLIM]

climate change denial: דאָס ליי֜קען דעם קלימאַ֜טן־בײַט
[DOS LÉYKENEN DEM KLIMÁTN-BAYT]

climate change denier: דער ליי֜קענער פֿו֜נעם קלימאַ֜טן־בײַט
[DER LÉYKENER FÚNEM KLIMÁTN-BAYT]

conspiracy theory: די קאָנספּיראָמאַ֜ניע, ־ס; דער קאָנספּיראַ֜ציע־בי֜לבול, ־ים
[DI KONSPIROMÁNYE, -S; DER KONSPIRÁTSYE-BILBL, -BILBÚLIM]

conspiracy theorist: דער קאָנספּיראָמאַ֜ן, ־ען; דער קאָנספּיראָמאַניאַ֜ק, ־ן
[DER KONSPIROMÁN, -EN; DER KONSPIROMANYÁK, -N]

conspire: קאָנספּירי֜רן; פֿאַרשװע֜רן זיך; צונױ֜פֿרעדן זיך; מאַכן יד־⁠אַחת; שליסן בלאַט
[KONSPIRÍRN; FARShVÉRN ZIKh; TSUNÓYFREDN ZIKh; MAKhN YADÁKhES]

conspiracy: די קאָנספּיראַ֜ציע, ־⁠ס; די פֿאַרשװע֜רונג, ־⁠ען; דער יד־⁠אַחת
[DI KONSPIRÁTSYE, -S; DI FARShVÉRUNG, -EN; DER YADÁKhES]

deep state: די באַהאַ֜לטענע מאַכט
[DI BAHÁLTENE MAKhT]

deep state cabal: די באַ֜נדע <כאָ֜פּטע> אינטריגאַ֜נטן <פֿאַרשװע֜רערס/קאָנספּיראַטאָ֜רן> פֿון דער באַהאַ֜לטענער מאַכט
[DI BÁNDE <KhÓPTE> INTRIGÁNTN <FARShVÉRERS/KONSPIRATÓRN> FUN DER BAHÁLTENER MAKhT]

Flat Earth Society: די געזע֜לשאַפֿט פֿון דער פֿלאַ֜כער ערד
[DI GEZÉLShAFT FUN DER FLÁKhER ERD]

flat-earther: די וואָס גלייבן אין אַ פֿלאַ֜כער ערד
[DI VOS GLEYBN IN A FLÁKhER ERD]

fraudulent/stolen election(s): (געשווי֜נדלטע וואַלן (ל״ר
[GEShVÍNDLTE VALN (pl.)]

Jewish space laser: דער ייִ֜דישער קאָ֜סמאָס־לאַ֜זער
[DER YÍDIShER KÓSMOS-LÁZER]

Protocols of the Elders of Zion: פּראָטאָקאָ֜לן פֿון די זקני־ציון
[PROTOKÓLN FUN DI ZÍKNE-TSÍEN]

QAnon: דער קו֜־אַנאָ֜ן
[DER KÚ-ANÓN]

ritual murder: דער ריטוע֜לער מאָרד, ־ן
[DER RITUÉLER MORD, -N]

satanic: טײַוולאָ֜ניש
[TAYVLÓNISh]

take over the world: אײַנ֜נעמען די וועלט
[ÁYNNEMEN DI VELT]

There was a UFO sighting: מ׳האָט דערזע֜ן אַן או־עפֿ־אָ֜
[M’HOT DERZÉN AN U-EF-Ó]