טײַערע יוגנטרופֿניקעס און ייִדיש־װאָכניקעס,

װוּ נאָר איר זאָלט זיך נישט געפֿינען, האָט די מגפֿה אײַך שװערער געמאַכט דאָס לעבן. מיר האָפֿן אַז איר מיט אײַערע נאָענטע בלײַבן געזונט און שטאַרק און אַז די איצטיקע שװעריקייטן װעלן באַלד פֿאַרבײַ.

צוליב דעם הײַנטיקן מצבֿ, און צוליב דעם װאָס אונדזערע געװײנטלעכע ייִדיש־װאָך־אָנטײלנעמערס קומען פֿון איבער דער גאָרער װעלט און זענען אין אַלע פֿאַרשידענע עלטערס, האָבן מיר אײַנגעזען אַז עס װאָלט נישט געװען אַחריותדיק אַדורכצופֿירן די ייִדיש־װאָך הײַיאָר װי געװײנטלעך אין קאָפּײק.

דערפֿאַר האָבן מיר באַשלאָסן אַז די הײַיאָריקע ייִדיש־װאָך, װי אַ סך אונטערנעמונגען ‏הײַנט צו טאָג, װעט מוזן װערן אַ װירטועלע. אָדער בעסער געזאָגט, זי וועט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ גאַנצן ייִדיש־זומער. דאָס הײסט, פֿאַרברענגען װעלן מיר נישט נאָר איין װאָך, נאָר עס װעט זײַן ייִדיש־װאָך אַלע װאָך!

דאָס צונויפֿקומען זיך דעם זומער ווירטועל האָט דאָך געװיסע מעלות׃ יעדערער קען זיך באַטײליקן אַפֿילו אױב מ׳קען נישט אָנקומען קײן קאָפּײק, ניו יאָרק, און די פּראָגראַם קען אָנגײן פֿון אָנהייב יולי ביז סוף אױגוסט. און קאָסטן װעט עס אײַך נישט טײַער — נאָר פֿאַר מיטגלידערשאַפֿט מיט אַ באַשײדענער סומע פֿאַר יעדער סעסיע — אָדער אײן מאָל צאָלן פֿאַר אײַנטריט אויף אַלע סעסיעס איבערן זומער .

די פּראָגראַם הייבן מיר שױן אָן צונױפֿשטעלן, בעטן מיר אַז דער, װאָס װיל פֿאָרלייגן אַן אַקטיװעט, זאָל אַזוי גוט זײַן און אונדז אויספֿילן דעם דאָזיקן בױגן. פֿאַר דער טירחה װעלן מיר װי אין פֿריִערדיקע יאָרן באַצאָלן אַן האָנאָראַר פֿון $50 פֿאַר יעדער דורכגעפֿירטער סעסיע. מיר‏ װעלן אין גיכן שיקן נאָך אינפֿאָרמאַציע װעגן דער זומער־פּראָגראַם.

ס׳איז דאָך אַ גרױסער שאָד װאָס ס׳איז אונדז הײַיאָר נישט באַשערט צו שװימען אין אָזערע, בראָטן שניי־קישעלעך אַרום דעם פֿײַער, אָדער גיין צוזאַמען אױף אַ שפּאַציר אין װאַלד, אָבער מיר װעלן נאָך אם־ירצה־השם קענען זען די זיסע פּנימער פֿון אונדזערע טײַערע פֿרײַנד.

מיר האָפֿן אַז ס׳װעט זײַן די גרעסטע „ייִדיש־װאָך“ װאָס ס׳איז ‏װען אַ מאָל געװען, מיט אָנטײלנעמער װאָס װעלן רעדן און הערן ייִדיש אין אַלע לענדער, אַלע װאָך!

זײַט אונדז אַלע געזונט!

‏דער ייִדיש־װאָך־קאָמיטעט און די יוגנטרוף־עקזעקוטיװע


mir kultivirn

בילדער פֿון ייִדיש־װאָך 2017

ייִדיש־װאָך גאַלעריע (Flickr)

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here