במשך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים האָבן אָנלײַן־קאָנצערטן פֿון ייִדישן געזאַנג צוגעצויגן טויזנטער צוהערער. כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין דעם פֿענאָמען וועט שׂרה־רחל שעכטער, די רעדאַקטאָרין פֿונעם פֿאָרווערטס, אָנפֿירן מיט אַ פּאַנעל פֿון באַקאַנטע ייִדישע זינגער וווּ מע וועט אַרומרעדן די פֿראַגע, „פֿאַר וואָס זענען ייִדישע לידער הײַנט אַזוי פּאָפּולער?‟ מע וועט אויך זינגען עטלעכע ייִדישע לידער וואָס זענען הײַנט באַליבט בײַם ברייטן עולם.

אינעם פּאַנעל וועלן אָנטייל נעמען לאָרין סקלאַמבערג, דניאל קאַהן, שׂרה־מינע גאָרדאָן און איציק גאָטעסמאַן.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here