דעם ניו־יאָרקער „אַרבעטער־רינג‟ איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן אָן זײַן לאַנגיאָריקן ייִדיש־לערער, ניקאָלײַ (קאָליע) באָראָדולין. גלײַך נאָכן אָנקומען קיין אַמעריקע פֿון זײַן היימשטאָט, ביראָבידזשאַן, אינעם יאָר 1992, האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט ייִדיש־טעטיקייט.

אַחוץ זײַן אַרבעט ווי דער דירעקטאָר פֿון ייִדיש־פּראָגראַמען בײַם „אַרבעטער־רינג‟, דינט ער ווי דער קאָאָרדינאַטאָר פֿון ייִדיש־ענינים אויפֿן יערלעכן פֿעסטיוואַל פֿון כּלי־זמרישער מוזיק „קלעזקאַנאַדע‟ און דער אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער אַרבעטער־רינג־פּראָגראַם „אַ נסיעה קיין ייִדישלאַנד‟. די באַטייליקטע אין דער פּראָגראַם פֿאַרזאַמלען זיך אויפֿן אָרט פֿון „קעמפּ קינדער־רינג‟ אין האָפּוועל־דזשאָנקשאָן, צום צפֿון פֿון ניו־יאָרק; במשך פֿון אַ וואָך לערנען זיך די באַטייליקטע ייִדיש, באַקענען זיך מיט ייִדישע לידער, פֿאָלקטענץ, כּלי־זמרישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס, גרייטן פּיעסעס און רעציטאַציעס אויף ייִדיש, וכּדומה.

זינט 2014 פֿירט באָראָדולין אויך אינטערנעץ־לימודים פֿון ייִדיש, אין וועלכע עס נעמען אָנטייל תּלמידים און תּלמידות פֿון אַרום דער וועלט. בעת אַן אינטערוויו האָט ער איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז דעם לעצטן סעמעסטער האָט ער געלערנט, בסך־הכּל, 349 סטודענטן פֿון 22 ווירטועלע קלאַסן און 16 גרופּעס פּנים־אל־פּנים. די אינטערנעץ־תּלמידים וווינען אין 18 לענדער, אַרײַנגערעכנט יאַפּאַן, שווייץ און אויסטראַליע. אַ גרויסע צאָל פֿון זיי שטאַמען אָבער פֿון מיזרח־אייראָפּע און פֿאַרשטייען רוסיש. אין זײַנע לימודים פֿאַרבעט ער כּסדר באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרן און פֿאָרשער ווי גאַסטלערער.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/215945/a-new-yiddish-textbook-for-russian-speakers/#ixzz5x5JwBKN9

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here