פֿון אַלע קרבּנות פֿון דעם צװײטן לבֿנונישן דורכ-פֿאַל האָט דעם גרעסטן קרבּן באַצאָלט – די “סאָציאַלע אַגענדע”. דאָס האָט עמיר פּרץ געהאַט אָנגעזאָגט װען ער האָט דעראָבערט די אָנפֿירונג פֿון דער אַרבעטס-פּאַרטיי, די “עבֿודה”, נאָך די פּרײַמעריס אין דער פּאַרטיי בערך מיט אַ יאָר צוריק.

די איבערקערעניש אין “עבֿודה” האָט אַרויסגערופֿן אַ סאָציאַלע ערד-ציטעריש אין דער גאַנצער ישראלדיקער געזעלשאַפֿטלעכקייט און האָט דעם ענין פֿון די סאָציאַלע קאָנטראַסטן און דער װאַקסנדיקער נויט אַרױפֿגערוקט אויפֿן אויבן-אָן פֿון דעם נאַציאָנאַלן סדר-היום. און װײַל דאָס איז געשען זײער נאָענט פֿון די װאַלן צו דער איצטיקער כּנסת, האָבן אַלע פּאָליטישע פּאַרטײען מיטאַמאָל זיך צוגעאייגנט די “סאָציאַלע אַדזשענדע”: מיטאַמאָל האָבן אַלע זיך איבערגענומען מיטן ביטערן גוֹרל פֿון די אָרעמע שיכטן און. די דעמאַגאָגן פֿון אַלע פּאַרטייען זענען פּלוצעם אַלע געװאָרן “סאָציאַל” געשטימט.

אַפֿילו נתּניהו, דער פֿירער פֿון “ליכּוד” און דער פֿאָטער פֿון דער אכזריותדיקער עקאָנאָמישער רעפֿאָרם, װאָס האָט מיט זײַן פּאָליטיק (װי דער פֿינאַנס-מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון שרון) גוֹרם געװען די כּסדרדיקע פֿארטיפֿונג פֿון די סאָציאַלע קאָנטראַסטן – אויך ער האָט זיך כּלוֹמרשט גענומען צום האַרצן די דערשי-טערנדיקע “אַנטפּלעקונגען” װעגן דער װאַקסנדיקער אָרעמקייט, נויט און װעגעטאַציע פֿון די “שװאַכע” שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג אין לאַנד. ער זעט אָבער דעם װעג צו אַ פֿאַרבעסערונג אין צוטיילן נאָך מער פּריװילעגיעס פֿאַר די גבֿירים, און נאָך האַרבערע גזירות אויפֿן חשבּון פֿון די נויט-לײַדנדיקע און די אומפֿאַרמעגלעכע סאָציאַלע שיכטן. דער אצטיקער מיניסטער פֿאַר טראַנספּאָרט-קאָמוניקאַציע שאול מופֿז, װעלכער איז געװען דער קריגס-מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון שרון און האָט אין “ליכּוד” פֿאַרשפּילט אין דעם פֿירער-פֿאַרמעסט קעגן נתּניהו, האָט אין זײַנע רעדעס בעת די פּרײַמעריז זיך געװישט די טרערן פֿונעם פּנים װען ער האָט גערעדט װעגן זײַן אַרעמער קינדהײט… און דער פּרעמיער אהוד אָלמערט, װעלכער איז אַלע יאָרן געװען אַן אָנהענגער פֿון נתניהוס אַנטי-סאָציאַלער שיטה, האָט פּלוצים אָנגעהויבן גײן איבער די פֿילאַנטראָפּישע גאָרקיכן און זיך געלאָזט פֿאָטאָגראַפֿירן װי ער מישט און פֿאַרזוכט די זופּ פֿון דעם גרויסן קעסל, און אָט זיצט ער אויף דער באַנק צװישן צװײ קבּצנים און פּאָסמאַקעװעט זיך מיט די מאכלים פֿאַר די אָרעמעלײַט…

דאָס לאַנד איז איצט פֿול מיט פֿילאַנטראָפּישע גאָרקיכן פֿאַר אָרעמעלײַט און זײער צאָל מערט זיך און פֿאַרדרײַפֿאַכט זיך אין אַ געװאַלדיקן טעמפּאָ. אָבער אין אַ פיל גרעסערן טעמפּאָ פֿאַרמערט זיך די צאָל געברויכערס פֿון די אומזיסטע געקעכצן און שפּײַזן – און די “פּריװאַטיזיאַציע” פֿון אָט דער סאָציאַ-לער הילף, װאָס האָט אין אַ גרויסער מאָס באַפֿרייט די מדינה פֿון איר פֿליכט צו פֿאַרזיכערן אירע בירגער דעם מינימאַלן װױלשטאַנד – זי איז נישט בכּוֹח נאָכצוקומען דעם גאַלאָפּירנדיקן נאָכפֿרעג און הילפֿס-רוף פון די 1.4 מיליאָן בירגער, װאָס לעבן אונטער דער סטאַטיסטישער “ליניע פֿון אָרעמקייט”, אַײַנרעכענענדיק די 100.000 פֿריש צוגעקומענע אָרעמעלײַט און די דרײַפֿערטל מיליאָן קינדער – אָבער נישט אַרײַנגערעכנט די הונ- דערטער- טויזנטער נפֿשות, װאָס אַרבעטן נאָך אַלץ פֿאַר אַ הונגער-לוין.

פּאַפּיר שניט פֿון דעם קינסטלער יהושע גראָסבאַרד

מלחמה איז אַלעמאָל אַ גוטער תּירוץ פֿאַר די הער-שער אײַנצומאָנען און צו דעקן די קריגס-הוצאות אויפן חשבּון פֿון די אָרעמע שיכטן – אין דער צײַט װען די אָליגאַרכיע באַרײַכערט זיך נאָך מער אין זכֿות פֿון די “ליבעראַלע רעפֿאָרמעס” לטוֹבֿת די גבֿירים און די עקאָנאָמישע גיזרות װאָס טרעפֿן אין די אָרעמע דער מדינה-אוֹצר באַזיצט אַ גענוגנדיקן רעזערװ פון

פֿינאַנסן אויף צו דעקן די גרויסע שאָדנס און פֿאַרלוסטן פֿון דער מלחמה. די עקאָנאָמישע פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג דערלויבט איר נישט צ ו באַנוצן זיך מיט די רעזערװן אין נאָמען פֿון דער באַלאַנסירטער פיסקאַלער פּאָליטיק. האָט דעריבער דער פֿינאַנס-מיניסטער אבֿרהם הירשזאָן פֿון “קדימה” אין זײַן באַלאַנסירטן מדינה-בודזשעט אויפן יאָר 2007, נאָכן אַראָפּרעכענען די פֿאַרפֿליכטונגען פֿאר די שותפֿים אין דער קאָאַליציע, געשניטן מיט 9% די בודזשעטן פֿון אַלע מיניסטעריומס, דהײַנו – די מלוכישע דינסטן פֿאַר דער באַפֿעלקערונג.

בעתן פֿאַרטיילן די מיניסטעריאַלע פּאָרטפֿעלן מיטן אויפשטעלן די רעגירונג נאָך די װאלן, אין װעלכע בײדע פֿירנדיקע פּאַרטייען האָבן פֿאַרלוירן פֿון זייער כּוֹח, האָט אָלמערט נישט צוגעלאָזט עמיר פּרצן צום מלוכישן אוצר, בעת דער “װױלשטאַנד” איז געװאָרן רעזערװירט פֿאַר די חרדים פֿון “דגל התּוֹרה”. געבליבן איז פֿאַר פּרצן דאָס זיכערהייטס-מיניסטעריום, און דאַן איז נאָך אַ קורצער צײַט אויסגעבראָכן די צװײטע לבֿנונישע מלחמה. די מלחמה אין

לבֿנון האָט באַגראָבן אונטער אירע חורבֿות די “סאַציאַלע אַגענדע”, װעלכע איז אויף דעם אוֹפן געװאָרן אַ לעגענדע…

This article was first published on December 17, 2006

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here