דער גירוש-באַפֿעל, װעלכן דער קעניג עדװאַרד דער ערשטער האָט אַרויסגעגעבן קעגן די ייִדן פֿון בריטאַניע אין יאָר 1290, איז נאָך אַלץ נישט גילטיק. כּדי אים אָפּצושאַפֿן, איז נייטיק די חתימה פֿון דער ענגלישער קעניגין.

װעגן דעם איז איצט באַקאַנט געװאָרן פון אַן אַרטיקל, װאָס עס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער אינ-טערנעץ דער ישראלדיקער היסטאָריקער אורי קציר.

איינע פֿון די סיבות פֿון דעם גירוש מיט 716 יאָר צוריק איז געװען – אַן עלילת דם קעגן די ייִדן נאָך דעם װי אַ קריסט איז געװאָרן דערמאָרדעט. בערך 350 יאָר שפּעטער, אין מיטן דעם 17-טן י”ה, האָט אָליװער קראָמװעל דערלויבט די ײדן צוריק זיך צו באַזעצן אין בריטאַניע, און זינט דאַן איז די ייִדישע קהילה זיך אומגעשטערט ברייט צעװאַקסן.צו אַלעמענס שטוינונג האָט זיך אָבער אַרויסגעװיזן, אַז ביז איצט איז דער באַפֿעל פֿאָרמעל נישט געװאָרן אַנולירט דורך קיין קעניגלעכן געבאָט. דאָס ענגלישע אויסערן-מיניסטעריום טענהט אָבער, אַז דאָס איז שוין נישט נײטיק, נאָך דעם װי אין 1858 זענען די ײדן געזעצלעך געװאָרן פֿרײַע בירגער און ראָטשילד איז געקרוינט געװאָרן װי דער ערשטער ייִדישער לאָרד.

This article was originally published on October13 2006

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here