דעם זומער, נאָך אַלץ בימי־הקאָראָנע, רחמנא לצלן, קומען פֿאָר ייִדישע זומער־אוניװערסיטעטן, על־פּי רוב, נאָר װירטועל, ד״ה דורכן „זום” למשל, יעדנפֿאַלס אױפֿן אינטערנעט. אױף אָט אַזאַ אופֿן האָט מען נאָר װאָס דורכגעפֿירט די ניו־יאָרקער זומער־פּראָגראַם אױפֿן נאָמען פֿון אוריאל װײַנרײַך פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור. פּונקט אַזױ איז געװען אין װאַרשע מיט אַ חודש צוריק, און אַזױ איז איצט אױך אין פּאַריז – כאָטש דאָרטן פֿירט מען יאָ דורך געצײלטע קלאַסן טאַקע פֿיזיש אױפֿן אָרט.
די פּאַריזער זומער־פּראָגראַם איז אינטערעסאַנט ניט נאָר צוליב די שפּראַכקורסן, נאָר אױך צוליב דער קולטור־פּראָגראַם און אַן אױסערגעװײנטלעכער סעריע לעקציעס וועגן פֿאַרשידענע קולטור־היסטאָרישע טעמעס. דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת צו נאַכטס, למשל, האָט ד״ר יצחק ניבאָרסקי געהאַלטן אַ לעקציע און פֿאָרגעשטעלט אַ פּאַנאָראַמע פֿון ייִדישע שרײַבער, װאָס האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין פּאַריז.
Click here to read full article.