װי באַװוּסט, האָט די באַרימטע ק”ק כעלעם, אַזוי װי אַנדערע ייִדישע שטעט, אויך פֿאַרמאָגט ייִדישע גנבֿים, שװינדלערס און כלערליי בעלי עבירהניקעס. זײ אַלע האָבן זיך פֿאַרדינט מען זאָל זײ אַרײַנזעצן אין תפֿיסה. דער כעלעמער רבֿ האָט אָבער געהאַלטן, אַז איבערגעבן אַ ייִדישן גנבֿ אין די הענט פון אַ גוייִשער פּאָליציי איז קעגן דער הלכה. װאָס-זשע טוט מען? – האָט דער כעלעמער רבֿ גערופֿן אַן אסיפֿה פֿון די כעלעמער שײנע ייִדן זיך האַלטן אַן עצה.

איז מען געזעסן און זיח גע’עצהט זיבן טעג און זיבן נעכט ביז מען האָט זיך דערטראַכט, אַז כעלעם דאַרף האָבן אַן אייגענע ייִדישע טורמע, מיט אַן אייגענער ייִדישער פּאָליצײ, אַזוי אַז אויב מע װעט כאַפּן אַ ייִדישן גנבֿ, זאָל ער גיין זיצן אין אַ כּשרער תּפיסה.

בויען אַ תּפֿיסה מיט אַלע פּיטשעװקעס קאָסט, װי באַװוּסט, אַ סך געלט, און די שטאָט כעלעם איז אָרעם אביון. דער רבֿ מיט די קהילה-לײַט האָבן אויסגע-רעכנט, אַז דאָס גאַנצע געלט, װאָס געפֿינט זיך אין דער קאַסע פֿון דער קהילה, קען קוים סטאַיען אויפ-צובויען איין װאנט.

װאָס-זשע טוט מען? – איז דעם רבֿ אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק: מע װעט טאַקע אויפֿבױען נאָר אײן װאַנט, און אויסבויערן לעכער אין איר. אַז דער בית-דין װעט פֿאַרמישפּטן אַ גנבֿ אויף תּפֿיסה, װעט דער פּאָליציאַנט אים צושטעלן צו דער װאַנט און אים באַפֿעלן אַרײַנשטעקן די האַנט אין לאָך; פון דער אַנדערער זײַט װאַנט װעט ער אים געבן אין דער האַנט אַרײַן אַ שטעקן צו האַלטן. טאָמער װעט ער װעלן אַנטלויפֿן, װעט דער שטעקן אים שטערן אַרויסצוציִען די האַנט…

די שטאָט כעלעם מיט אירע חכמים האָבּן די נאַציס פֿאַרטיליקט. אָבער דער גײַסט פֿון כעלעם האָט זיך באַזעצט אין מדינת ישראל. כעלעמער רבּנים און כעלעמער פּאָליציי האָבן זיך דאָ גאַנץ פֿײַן אַײַנלאָ-קירט. די אײַנפֿאַלן פֿון אַ צאָל היגע

רבּנים און פּאָליצײ-לײַט װי אַזוי אַרויסצובאַקומען פֿון דער מלוכישער קאַסע געהעכערטע לוינען קלינגען טאַקע אַזוי װי די מעשיות פֿון כעלעם…

װי גרויס האָט געזאָלא זײַן דער שכֿר, װעלכן די כעלעמער קהילה האָט געמײנט צו צאָלן אַ פּאָליציאַנט פֿון די כעלעמער מעשיות, װײס איך נישט. אין ישראל אָבער באַקומט אַ פּאָליציאַנט אַן אָנפֿאַנ-גער אַ געהאַלט פון 4000 שקלים אַ חוֹדש – װאָס איז װײַט נישט גענוג צו באַשפּײַזן אַ װײַב מיט קינדער. דאַקעגן אָבער באַטרעפֿט דער געזעצלעכער אָנהויב-לוין פֿון אַן אַקאַדעמיקער 6000 ש’ אַ חוֹדש.

װאָס טוען דעריבער “קלוגע” פּאָליצײ-אָפֿיצירן? ;

היות װי רבּנישע סמיכות איז אָפֿיציעל אָנערקענט װי אַן אַקאַדעמישער טיטל, איז דאָס חל אויך אויף פּאָליציסטן, אַפֿילו אָנפֿאַנגער, און דאָס באַרעכטיקט זיי אויטאָמאַטיש צו אַ העכערן געהאַלט – אַזוי װי אַן אַדװאָקאַט אָדער אַן אינזשיניער, אַפילו װען ער האָט נישט קיין פֿולע מיטעלע בילדונג.

אויף אָט דעם באָדן האָבן די פּאָליצײיִשע אינסטאַנצן מיט יאָרן צוריק פֿאָרגעלײגט דעם הויפּט-רבֿ פֿון חיפה, צו עפֿענען ספּעציעלע קורסן פון רבּנישער אויס-בילדונג פֿאַר פּאָליציסטן. הרבֿ בּקשי-דורון האָט געפּרוּװט פֿארהאַלטן די דאָזיקע איניציאַטיװ, אָבער אונטערן שטאַרקן דרוק פון די “הויכע קרײַזן”, איז די “פֿאַבריק פֿון פּאָליצײיִשע רבּנים” געלאָזט געװאָרן אין גאַנג און האָט זיך אויסגעשפּרייט איבער אַ צאָל ישובים אין לאַנד. מיט דער נעץ פֿון די קורסן האָבן אָנגעפֿירט חשובֿה, אָנגעזעענע רבּנים, װי למשל דער געװעזענער ספֿרדישער הויפּטּ-ראַבינער, דער ראשון לציון הרבֿ מרדכי אליהו, און זײַן זון הרבֿ יוסף אליהו, הרבֿ מאיר ראָזענטאַל, ביוראָ-פֿאַרװאַלטער פון דעם אשכּנזישן הויפּט-רבֿ פון תל-אבֿיבֿ און הײַנט שוין הויפּט-ראַבינער פון ישראל הרבֿ יונה מעצגער, און אַפֿילו דער הויפּט-רבֿ פון דער פּאָליצײ, סגן ניצבֿ אַהרון גאָטעסדינער. דער האָט װערבירט פּאָליציאַנטן און צוגערעדט זיי צו גײן לערנען אין דעם ישיבֿה-אַנשטאַלט אין אריאל. דאָרט האָט געאַרבעט זײַן טאָכטער, און זײַן זון האָט דאָרט געלערנט תּוֹרה אויף אַ סטיפּענדיע.

די פּאָליציייִשע אויספאָרש-אײַנהייט (מח”ש) האָט אויסגעפונען, אַז אין די יאָרן 2000 – 2002 האָבן 600 פּאָליציסטן זיך פֿאַרשריבן אין אַ צאָל מוסדות און בתּי-מדרשים צו לערנען “ייִדישקייט” למען תּכלית, פֿאַר אַ שכֿר-לימוד פון 15.000 שקלים.

נאָכן פֿאַרענדיקן דעם קורס האָט יעדער תּלמיד באַקומען אַ צײַגעניש, אונטערגעחתמעט פון הרבֿ יצחק אוחנה, װאָס באַשטעטיקט אַז דער פֿלײסיקער תּלמיד און האָט פאַרענדיקט 5 יאָר ישיבֿה-לימודים, האָט באַלײגט װי געהעריק דעם עקזאַמען און ער באזיצט העכערע רבּנישע בילדונג.

די צײַגעניש איז באַזונדערס װאָגיק, װײַל זי איז באַצירט מיטן סמיכֿות-הכֿשר פון מרן הראשון לציון הרבֿ הראשי לישראל הרב בּקשי דורון שליט”א.

נאָך דעם װי דער ענין איז דערגאַנגען צו דער היגער פּרעסע, האָט די אינערלעכע פּאָליצייִשע פֿאָרש-אײנהייט – פֿאַרפֿירט אַן אויספאָרשונג. פון די אַרויסגעטריפֿטע ידיעות דערװיסט מען זיך, אַז די מערהייט פון אָט די “רבּנים מיט דיפּלאָמען” זענען דורכאויס פרײַ-גלויביקע און אַז אין די עקזאַמענס האָבן זיי אַרויסגעװיזן עם-הארצות אין “ייִדישקייט”.

Originally published on November 04, 2006

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here