אַ לידער – זאַמלונג פון אַ דיכטער בן דיכטער – הגם דער נאָמען, מיט װעלכן ער שרײַבט אונטער זײַנע לידער, איז – א פּסעװדאָנים, אָדער ריכטיקער: אַן אויס – געבאָרגטער, װאָס איז ענלעך צו זײַן נאָמען. װײַל – חוץ אַ דיכטער איז ער אויך אַ ייִדיש – װיסנשאַפטלער, פּראָפֿעסאָר פון ייִדיש – קענטעניש אויפן אינדיאַנאַ – אוניװערסיטעט אין בלומינגדייל, פ ” שט. די טעמעס און דער כאַראַקטער פון די לידער דריקן אויס מחשבות, שטימונגען און סיטואַציעס. די זאַמלונג איז װי אַן עקספּערימענטן – װאַרשטאַט פאַר דעם מחבר דעם ליטעראַטור – פֿאָרשער. װעגן דער דיכטערישער נעסט, פון װעלכער דער מחבר פון דער לידער – זאַמלונג איז אַרויסגעװאַקסן, קענען מיר לערנען פון דעם טיטל און די שורות פונעם ליד: ” װי ענלעך און װי אַנדערש “, געשריבן אין יאָר 1991 צו זײַן פאָטערס 81- סטן געבוירנטאָג:

װי אַנדערש און װי ענלעך, און… װי אַנדערש ? –
אַן עפּל און אַ מעכטיק שיינער בױם,
אַן עפּעלע װאָס װערט אלײן – אַ צװײַגן – צאַפּל,
אַ בוים װאָס ס ‘ שפּיגלען זיך די װאָרצלען אין זײַן קרוין.

באָריס קאַרלאָװ – דבֿ – בער קערלער – שפּילט זיך קונציק – הײמיש מיטן מעטאַפֿאָר, מיטן ריטעם און מיט אַלע קאָמפּאָזיציאָנעלע כּלים פון דער פּאָעטישער קונסט. זײַן דעפֿיניציע פֿון ליד געפֿינען מיר אין דעם ליד א. נ. ” אַ ליד איז ניט סתם אַזוי:

אַ ליד איז ניט סתם אַזוי / נאָר טאַקע פֿון טיפֿן האַרצן – / אַ שטראָם, אַ קװעלכל, אַ פֿליסעניש /
אין ברייטקייטן און אין טיפֿעניש / פֿון אייביקער פֿאַרגעסעניש //
אַ ליד איז ניט סתם אַזוי / נאָר טאַקע בפֿירוש אָט – אַזוי – אָ:

אאַז ” װ.

103 זײַטן, װײכער אײַנבינד. פֿאַרלאַג ” אייגנס “. ירושלים 2006.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here