. װעגן זײַנע פריִערדיקע מעשים איז גאָרנישט באַװוּסט. ער איז נאָך, קענטיק, געװען צו יונג. נאָכן צוזאַמענברוך פון דעם קאָמוניסטישן רעזשים איז ער אַ געװיסן טאָג געקומען אין דער רעדאַקציע פון “סאָװיעטיש הײמלאַנד” און געזאָגט, אַז ער װיל שאַפן אַ צענטראַלע קערפּערשאַפט פאַר די ייִדן אין דעם נאָכקאָמוניסטישן ראַטנפאַרבאַנד.

אַ קורצע צײַט נאָך דעם האָט ער זיך אַנטפּלעקט װי דער גרינדער און אָנפירער פון אַ רוסישער אַנטיסעמיטישער פּאַרטיי אונטער אַ “ליבעראַלן” נאָמען, איז אויסגעװײלט געװאָרן אין דער “דומע”, דעם רוסישן פּאַרלאַמענט און האָט זיך דאָרט אויסגעצייכנט מיט זײַנע אַװאַנטוריסטישע מעשֹים, סקאַנדאַלן, געשלעגן און העצערישע אַנטיסעמיטישע אַרויסטרעטונגען. דאָס האָט אים נישט געשטערט – און אפֿשר גראָד געהאָלפן – צו װערן אויסגעװײלט אַלס װיצע-פּרעזידענט פון דער רוסישער דומע. אַלע רמזים, אַז ער איז פון אָפּשטאַם אַ ייִד, האָט ער קאַטעגאָריש אָפּגע-װאָרפן. זײַן נאָמען, װלאַדימיר זשערינאָװסקי, איז געװאָרן באַרימט אויף דער װעלט, און נישט נאָר אין רוסלאַנד.

מיט אַ קורצער צײַט צוריק האָט ער פּלוצעם אויפגעטויכט אין ישראל, און – נישט ערגעץ אַנדערש, װי… אויפֿן בית-עוֹלם אין חולון נעבן תל-אבֿיבֿ, װי ער שטייט און זאָגט קדיש און פֿאַרגיסט ביטערע טרערן איבער דעם קבֿר פֿון זײַן ייִדישן טאַטן.

דער נאָמען פון דעם בעל-הקבֿר, דעם פֿאָטער פון װלאַדימיר זשירינאָװסקי, איז געװען וואָלף עדעלשטיין, װעלכער איז עולה געװען קײן ישראל אין די 50-ער יאָרן, געװען אַ מיטגליד אין “חרות” און איז אין עלטער פֿון 76 יאָר דערהרגעט געװאָרן אין אַן אויטאָ-קאַטאַס-טראָפֿע אין יאָר 1983, ד”ה מיט 23 יאָר צוריק. דער אַװאַנטוריסטישער ראָמאַן פֿון

װלאַדימיר זאב בן װאָלף װאַרט איצט אויף זײַן המשך.

This article was first published on November 04, 2006

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here