אין מײַ 2019 האָט „די ייִדישע שטוב לאָנדאָן‟ — אַ גרופּע יונגע ייִדישיסטן וואָס פֿירן דורך ייִדישע אונטערנעמונגען אין דער ענגלישער קרוינשטאָט — אָנגעהױבן אַן אייגנאַרטיקן פּראָיעקט צו פֿאַרשטאַרקן די סאָציאַלע און קולטורעלע נעץ פֿון ייִדיש אין אײראָפּע.

די מיטגלידער פֿון דעם פּראָיעקט, „נע־ונד‟, ווילן פֿאַרברענגען אױף ייִדיש און געפֿינען אַ מיטלפּונקט צווישן דער ייִדישער און אַלגעמײנער טוריסטיק,ַ ווי אויך פֿאָרמעלע און אומפֿאָרמעלע אַקטיוויטעטן וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור — אָבער עס טאָן מיט אַ נידעריקן בודזשעט. צווישן די וויכטיקסטע צילן איז זיך צו טרעפֿן מיט היגע ייִדישיסטן אין קלענערע צענטערס פֿון דער וועלט פֿון ייִדיש אין אייראָפּע: ליבהאָבערס פֿון שפּראַך, אוניװערסיטעט־לערערס, אַרכיוו־פֿאָרשערס און אַקטיוויסטן.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here