דער אַמעריקאַנער שטאַט טעקסאַס באַרימט זיך מיט קנאַפּע קלישעען — קאַובױס, ראָדעאָס — נאָר פֿאַקטיש האָט ער אַ לאַנגע געשיכטע פֿון קולטורעלער און שפּראַכלעכער פֿילמיניקײט, אָנהייבנדיק מיט אײַנגעבױרענע לשונות װי קאָמאַנטשעליפּאַן־אַפּאַטשע און שפּעטער אַפֿראָ־סעמינאָל־קרעאָלן.

הײַנט רעדן אַ פֿערטל טעקסאַנער שפּאַניש אין דער הײם, װאָס איז מסתּמא נישט קײן חידוש. וואָס איז אָבער יאָ אַ חידוש איז די שפּראַך אױפֿן דריטן אָרט׃ װיעטנאַמיש!

דערצו האָט טעקסאַס אײגענע דיאַלעקטן פֿון דײַטש און טשעכיש. פֿאַרשטײט זיך אַז אַשכּנזים און ייִדיש האָבן דאָרט אױכעט אַ לאַנגע געשיכטע — און אַ לעבעדיקן הײַנט — אינעם שטאַט פֿונעם „עלנטן שטערן“.

אין אַ װינקל פֿונעם עלטסטן צװינטער פֿון דער הױפּטשטאָט אָסטין געפֿינט זיך אַ קלײנער בית־עולם. אײן מצבֿה פֿון 1876 האָט אַפֿילו אַן אױפֿשריפֿט אױף ייִדיש! זאַװיל בריליס, געשטאָרבן אין אָט דעם יאָר, האָט געשטאַמט פֿון אַ שטעטל אין מערבֿ־פּרײַסן (איצט צפֿון־פּױלן) און געאַרבעט װי אַ מאַטראַצן־מאַכער אין ניו־יאָרק פֿאַר זײַן אָנקום אין אָסטין.

די גאָלדענע תּקופֿה פֿון טעקסאַסער ייִדיש האָט זיך אָנגעהױבן אין 1907 מיט אַן איניציאַטיװ צו צעשפּרײטן די אַשכּנזישע אימיגראַנטן נישט נאָר אין ניו־יאָרק, נאָר איבער דער גאָרער „גאָלדענער מדינה“. אָנשטאָט עליס־אײַלאַנד זענען די שיפֿן איצט אָנגעקומען אין גאַלװעסטאָן, טעקסאַס, אַ פּאָרט בײַם מעקסיקאַנער אײַנגאָס („גאָלף אָװ מעקסיקאָ“). לױט דער לעגענדע האָט דער בירגער־מײַסטער פֿון גאַלװעסטאָן האַרציק באַגריסט די ערשטע אָנגעקומענע, אין איינעם מיט זײַן ייִדיש־דאָלמעטשער.

כאָטש ס׳רובֿ אימיגראַנטן זענען באַלד אַריבערגעגאַנגען אויף ענגליש, האָט ייִדיש װײַטער געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע בײַ די ייִדן אין טעקסאַס. אין 1917 האָט די היוסטאָנער ייִדיש־ביבליאָטעק־געזעלשאַפֿט געהאַט מער װי 100 מיטגלידער. אין די 1920ער יאָרן האָט מען אין פֿאָרט װאָרט געדרוקט אַ װאָכנצײַטונג. שרײַבערס װי שלום אַש האָבן רעפֿערירט אין געפּאַקטע זאַלן; טעאַטער־טרופּעס האָבן גאַסטראָלירט. אין סאַן־אַנטאָניאָ האָט אַלכּסנדר זיסקינד הורװיץ איבערגעזעצט דעם חומש מיט ייִדישע גראַמען. און חיה רחל אַנדרעס פֿון דאַלאַס האָט אַרױסגעגעבן איר פּאָעזיע אין אונדזער שפּראַך — אַזש ביז 1990.

די הױפּט־אינסטיטוציע פֿאַר מאַמע־לשון אין טעקסאַס איז געװען דער אַרבעטער־רינג, װאָס האָט געגרינדט נאָכמיטאָג־שולעס פֿאַר קינדער אין פֿיר טעקסאַסער שטעט. לױט דער באַלערנדיקער דיסערטאַציע פֿונעם היסטאָריקער דזשאָש פּאַרשאַל, האָבן די גרינדער געװאָלט איבערגעבן זייערע אַמעריקאַנער קינדער אי זײער לשון אי זײער װעלטלעכע, לינק־געשטימטע ייִדישקײט. די היוסטאָנער שולע האָט געהאַלטן לעקציעס ביז אין די 1950ער יאָרן.

„דער דרום־ראַיאָן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז געװען און בלײַבט אַ פֿעסטונג פֿון פּאָליטישן און קולטורעלן קאָנסערװאַטיזם,“ האָט פּאַרשאַל געשריבן. „די באַפֿעלקערונג איז אָבער נישט איינשטימיק אין דעם פּרט.“ בײַ פּאַרשאַל וואָלט די געשיכטע פֿונעם אַרבעטער־רינג געקאָנט אינספּירירן די הײַנטיקע אַקטיװיסטן און קולטור־טוערס פֿונעם ראַיאָן׃ זײ זענען דאָך טײל פֿון אַ לאַנגער געשיכטע פֿון קולטורעלער פֿילמיניקײט און פֿון קאַמפֿן פֿאַר גערעכטיקייט, גלײַכקייט און זיכערהייט אין די דרום־שטאַטן. דערבײַ קענען זײ זיך פֿאָרשטעלן אַ גאָר אַן אַנדער סאָרט צוקונפֿט פֿאַר דעם ראַיאָן.

ייִדיש אױפֿן קאַמפּוס

אין אָסטין האָב איך דערזען אָט די מעגלעכקײטן מיט די אײגענע אױגן. די נײַע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע בײַם טעקסאַסער אוניװערסיטעט, אײדריען אײדל סמיט, איז פֿאַרנומען מיט קלאַסן יעדן טאָג. טײל תּלמידים קומען פֿון די פֿיר ייִדישע ברידער־ און שװעסטערשאַפֿטן אויפֿן קאַמפּוס. סמיטס פּענסיאָנירטער פֿאָרגייער, דער פֿאָלקלאָריסט און לידזאַמלער איציק גאָטעסמאַן, אָרגאַניזירט אַ ייִדיש־טיש יעדן פֿרײַטיק אױפֿן קאַמפּוס. אײן זונטיק האָט גאָטעסמאַן פֿאַרבעטן די סבֿיבֿה צו זיך אין דער הײם פֿאַר אַ בשותּפֿותדיק צוגעגרייטע מאָלצײַט אױף מאַמע־לשון. איך האָב זיך געשפּילט אין „ייִדישיסטישער געאָגראַפֿיע“ (לויטן מוסטער פֿונעם שפּיל „ייִדישע געאָגראַפֿיע“) מיט אַכט אָסטינער אײַנוווינער און אַנטדעקט אָן אַ שיעור בשותּפֿותדיקע פֿרײַנד.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here