דער הערשער פֿון טורקמעניסטאַן סאַפֿרומאַט ניאַזאָװ, איז נישט סתם קיין פּרעזידענט, און אַפֿילו נישט קיין געװײנלעכער טשודאַק. ער װעט אַרײַן אין דער געשיכטע פון די לענדער פון געװעזענעם ראַטנ-פֿאַרבאַנד און אין דער װעלט-געשיכטע בכלל – װי דער סאַמע אויסטערלישסטער טיראַן פֿון אַלע צײַטן.

דער מאַן, װעלכער איז אויסגעװײלט געװאָרן נאָך אונטער דעם קאָמוניסטישן רעזשים, האָט שוין מיט 26 יאָר צוריק, אין 1985, זיך פּראָקלאַמירט װי דער פּרע-זידענט פון דער טורקמענישער רעפּובליק אויפֿן גאַנצן לעבן, און איינע פון זיינע ערשטע גרויסע מעשים איז געװען – אײנקויפן עולם הבא פֿאַר זיך און זײַן מוטער, באַפֿעלנדיק אָפּצודרוקן אַ נײַעם קאַלענדאַר און אָנצו- רופן די חדשים אויף זײַנעם און זײַן מוטערס נעמען. נאָכן צעפֿאַלן זיך פֿון דעם ראַטנפֿאַרבאַנד, האָט ער באַפֿוילן אויפצוזאַמלען דאָס גאָלד פֿון די בענק און אויפֿצושטעלן פֿון רײנעם גאָלד אין דער הויפּטשטאָט, אין אשכאַבאַד, אַ ריזיקע סקולפּטור פֿון זײַן געטלעכ-קייט. די סקולפּטור איז געבויט אויף אַן אַקס, אַרום װעלכער זי דרייט זיך 24 שעה אין מעת-לעת אַז זײַן ליכטיק פּנים זאָל אַלע מאָל זײַן געװענדט צו דער זון.

מיט צװײ יאָר צוריק האָט ער אַרויסגעגעבן אַ געזעץ, װאָס פֿאַרװערט די בירגער זיך אַרײַנצושטעלן אין מויל גאָלדענע צײן. פֿאר דעם האָט ער געשלאָסן אַלע שפּיטעלער אין לאַנד און איבערגעלאָזט בלויז איין שפּיטאָל אין דער הויפּטשטאָט. כּדי צו דערמוטיקן דאָס אַנטװיקלען די טורקמענישע קולטור, האָט ער פֿאַר-װערט צו שפּילן אָפּערע און באַלעט. איצט האָט ער אויך פֿאַרװערט צו שפּילן מערבדיקע מוזיק אויף חתונות און אין עפֿנטלעכע ערטער. זײַן לעצטער גאונישער אַקט איז געװען – ער האָט באַפֿוילן זיינע אַרכיטעקטן אויסצובויען אין מדבּר אַ פּראַכטפולן פּאַלאַץ פֿון אײַז, װעלכער איז אָבער צעשמאָלצן געװאָרן פֿון דער הייסער זון.

This article was first published on October 13, 2006

SOURCELebns Fragn

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

Previous articleAMCHA Initiative Endorses Bipartisan Campus Free Speech Bill
Next articleEl Hammam
Lebns Fragn

Lebns Fragn (Life questions, Yiddish: לעבנס־פֿראַגן) was a Yiddish, Bundist-orientated magazine, published bimonthly in Israel. The first issue appeared in May 1951, under the editorship of Isachar Artuski. The responsibility for editing was shared by Ben-Zion (“Bentsl”) Tsalevitsh (1883–1967). Tsalevitsh had come to Palestine in 1922, after having been active for many years in the Bund in Białystok, and Artuski, a member of the Warsaw Bund since 1935, arrived in Palestine during the Second World War.

After Artuski’s death in November 1971, Yitzkhok Luden became editor. The last issue was published in April, 2014. Luden died November 4, 2017.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here