לאַנג איידער ס׳רובֿ מענטשן האָבן אָנגעהויבן רעדן וועגן בלוטפּלאַזמע, האָט ד׳׳ר שמואל שוהם זיך שוין געכאַפּט, אַז דאָס בלוט פֿון די, וואָס האָבן זיך אויסגעהיילט פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס, וואָלט געקענט העלפֿן די פּאַציענטן, וואָס זענען איצט קראַנק. ווי אַ דאָקטער בײַם „דזשאָנס־האָפּקינס־שפּיטאָל“ וואָס איז אַ מומחה אין אינפֿעקציעס, וואָס שטעקן אָן פּאַציענטן נאָך דעם ווי זיי האָבן באַקומען איבערגעפֿלאַנצטע אָרגאַנען, האָט ער גלײַך געוווּסט, פֿון וואַנען ער קען קריגן אַזאַ בלוטפּלאַזמע.
ער האָט אָנגעקלונגען זײַן חבֿר חיים לעבאָוויטש, אַ פֿרומער שיכהענדלער אין מאָנסי, ניו־יאָרק, וואָס פֿירט אָן מיט פֿאַרשידענע חסיד־פּראָיעקטן, און אים געבעטן איבערצײַגן אויסגעהיילטע פֿונעם ווירוס צו שענקען זייער פּלאַזמע.
ד׳׳ר שוהם האָט געוווּסט, אַז די פֿרומע ייִדן האָבן געליטן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס פֿאַר ס׳רובֿ אַמעריקאַנער און געהאָפֿט, אַז לעבאָוויטש וואָלט אים געקענט אַרויסהעלפֿן בײַם געפֿינען ייִדן, וואָס ווילן שענקען בלוט, מע זאָל דערפֿון אַרויסנעמען די „אַנטיקערפּער“ — יענע צעלן, וואָס די אימון־סיסטעם שאַפֿט בײַם באַקעמפֿן אַ קרענק. אַז מע גיט אַ קראַנקן אַזאַ בלוטפּלאַזמע, קען עס אים אַליין העלפֿן צו באַקעמפֿן דעם ווירוס.