נעמענדיק אין באַטראַכט אַז אַלע אַמעריקאַנער אוניוועריסעטן און אַקאַדעמישע פּראָגראַמען וואָס האָבן געזאָלט פֿאָרקומען אין קלאַסצימער דעם זומער האָט מען אַנולירט אָדער פֿאַרוואַנדלט אין אַן אָנלײַן־פּראָגראַם, איז געווען קלאָר אַז די ייִדיש־זומער־פּראָגראַמען וועלן דאַרפֿן זיך צופּאַסן צו דער נײַער ווירקלעכקייט, אָדער בכלל אַנולירט ווערן דאָס יאָר.

נעכטן האָבן בען קאַפּלאַן, דער דירעקטאָר פֿון דערציִונג־פּראָגראַמען בײַם ייִוואָ, און דוד בראַון, דער דירעקטאָר פֿון ייִוואָס „זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון אוריאל ווײַנרײַך“, אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ־שמועס, מעלדנדיק אַז די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען — דורך „זום“.

„מע וועט מאַכן פֿון אַ מום אַ מעלה“ האָט דערקלערט בראַון, געבנדיק צו פֿאַרשטיין אַז מע וועט האַלטן ניט בלויז אַלע געוויינטלעכע קלאַסן, נאָר אויך די עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן פֿאַרן ברייטן עולם, ווי מע האָט פֿאַראַיאָרן געטאָן, און אַז מע וועט אַפֿילו קענען שטעלן פֿראַגעס פֿון דער ווײַטנס. די קלאַסן וועלן זיך אָנהייבן מיט עטלעכע שעה שפּעטער, כּדי סטודענטן אויפֿן מערבֿ־ברעג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָלן אויך קענען אָנטייל נעמען.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here