דאָס יאָר 1919 איז געװען מוראדיק פֿאַר די אוקראַיִנער ייִדן. סוף 1918 האָט זיך צוריקגעצױגן די דײַטשישע אַרמײ, װאָס האָט געהאַט אָקופּירט אוקראַיִנע און אונטערגעהאַלטן אַ ביסל אָרדענונג.

די מאַכט איז אַריבער צו דער „דירעקטאָריע‟ מיט סימאָן פּעטליוראַ בראָש. זײַן רעגירונג איז געװען שװאַך, און דערצו נאָך האָט די נײַ־געבױרענע אוקראַיִנער פֿאָלקס־רעפּובליק געמוזט פֿירן מלחמות אױף עטלעכע פֿראָנטן, קעגן די באָלשעװיקעס אױפֿן צפֿון און מיזרח, קעגן די אַנטי-באָלשעװיסטישע „װײַסע‟ אױפֿן דרום, און קעגן כּלערלײ באַנדעס אומעטום. אין דער אוקראַיִנישער אַרמײ האָט געקעמפֿט אַ געמישטער המון־רבֿ פֿון געװעזענע זעלנער פֿון פֿאַרשידענע אַרמײען, פֿרײַװיליקע פּאַטריאָטן, פּױערים און סתּם באַנדיטן. בטבֿע זײַנען פּעטליוראַ און אַנדערע פֿירער ניט געװען אַנטיסעמיטיש. אוקראַיִנע האָט אַפֿילו געהאַט אַ ספּעציעלע מיניסטעריום פֿאַר ייִדישע ענינים, אָבער די רעגירונג האָט ניט געקענט, און צומאָל ניט געװאָלט, אָפּשטעלן די בלוטיקע כװאַליע פֿון פּאָגראָמען אױף ייִדן.

די געשיכטע פֿון פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע בעתן רוסישן בירגערקריג איז גאַנץ קאָמפּליצירט. אַ סך איז אָפּהענגיק פֿונעם קוקװינקל אין די מקורים װאָס מען קלײַבט, און פֿון די גבֿיות־עדותן װאָס מען גלייבט אָדער גלייבט ניט. דער נײַער נומער פֿונעם אַקאַדעמישן זשורנאַל „קװעסט: ענינים פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער געשיכטע‟ גיט זיך אָפּ מיט דער דאָזיקער קאָמפּליצירטע טעמע. די רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל, פּראָפֿעסאָרן עליסאַ בן־פּורת און טאָמאַס טשאָפּאַרד, באַמערקן אַז די רציחות אין אוקראַיִנע זײַנען געװען דער המשך פֿון די פּאָגראָמען אינעם צאַרישן רוסלאַנד, אָבער זײ זײַנען געװען אַ סך בלוטיקער און ברײטער אין פֿאַרנעם. די מלוכישע מאַכט האָט דאָ געשפּילט אַ קנאַפּע ראָלע און די צװעקן און מאָטיװן פֿון די גרופּעס פּאָגראָמשטשיקעס זײַנען געװען פֿאַרשידענע. אײניקע האָבן פּשוט געװאָלט אַוועקלקחנען דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס, אַנדערע האָבן באַשולדיקט די ייִדן אין שטיצן די באָלשעװיקעס, און די דריטע גרופּע האָט זײ געהאַלטן פֿאַר שׂונאים פֿון דער נײַער אוקראַיִנער אָדער פּױלישער מלוכישקײט.

Read More: https://forward.com/yiddish/433041/anti-jewish-pogroms-in-ukraine-100-years-ago/

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here