אין ביידזשין, די אַמאָליקע פּעקין, איז דעם 10-טן סעפּטעמבער אָפּגעמערקט געװאָרן 30 יאָר נאָכן טויט פון דעם “פֿאָטער פון כינזעישן קאָמוניזם”, דעם פֿאַרגעטערטן מאָאַ טסע-טונג, און טויזנטער מענטשן זענען געקומען אים זען אין דעם מאַוזאָלײ. װי עס גיבן אָבער איבער די נײַעס-אַגענטורן, האָט די כינעזישע פּרעסע אויף צומאָרגנס געװידמעט נאָר געצײלטע שורות דעם מחבּר פון דעם הייליקן “רויטן ביכעלע”. דאָקעגן איז אין שאַנכאַי געקרוינט געװאָרן דער אַמעריקאַנער מולטימיליאַרדער, דער פֿאָטער פֿון דער קאָמפּיוטער-רעװאָלוציע און דער קעניג פון הײַ-טעק, דער רײַכסטער מאַן אויף דער װעלט ביל גײטס – װי דער רעלעװאַנטער נביא און כּהן גדול פון דעם מאָדערנעם כינעזעשן קאָמוניזם… און די נײַע תּורה פון דעם כינעזישן קאָמוניזם איז שוין נישט די תּורה פֿון מאַרקס, נישט פֿון לענין און נישט פֿון מאַאָ טסע-טונג, נאָר די תּורה פון ביל גייטס – די תוֹרה פֿון דער גלאָבילי-זאַציע… געבליבן איז אָבער פֿון דעם אָרטאָדאָקסישן קאָמוניזם – דער טאָטאַליטאַרער קאָמוניסטישער רעזשים, דער רעזשים פֿון אונטערדריקונג און פֿון שטראָף-לאַגערן פֿאַר די װידערשפּעניקע דיסידענטן.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here