עטלעכע מענטשן, גלייבנדיק אין עטלעכע טראַדיציעס, מיינען אַז ירושלים געפֿינט זיך אויפֿן מויל פֿון גיהנום. דערפֿאַר ווייסט מען ביז הײַנט ניט, אויב דער דריטער און גרעסטער חורבן וועט זיך אָנהייבן אין ירושלים, אָדער צי מע וועט דווקא ירושלים חס זײַן — אפֿשר ווײַל דאָ געפֿינט זיך די הייליקייט, און אפֿשר ווײַל דאָ האָט מען אַ יסוד פֿון גיהנומדיקייט. די מענטשן פֿון ירושלים פֿרעגן זיך אָפֿט צי מע זאָל אײַנזיצן, אָדער מאַכן פֿיס אַזוי גיך ווי מעגלעך. די מעשׂה איז אָבער ניט וועגן די נשמות וואָס טאַנצן מגושמדיק אויפֿן ראַנד פֿון גיהנום, ניט וויסנדיק אויב איצט דאַרף מען קויפֿן צי פֿאַרקויפֿן אַ דירה אין שטאָט. אויף די דאָזיקע נשמות וואַרט נאָך אַ מישפּט. נאָר איצטער וואַרט מען אויף אַן אַנדער מישפּט — דער מישפּט פֿון די ביכער וואָס וואַלגערן זיך איבער דער שטאָט.
ס’רובֿ פֿאַרבלאָנדזשעטע ביכער אין ירושלים האָבן פֿאַרברענגט לכל־הפּחות אַ פּאָר יאָר בײַ מאיר פֿעלדשערס אַנטיקוואַריאַט, אין סאַמע צענטער פֿון שטאָט. „אַנטיקוואַריאַט‟ איז אַ גרויס וואָרט. עס געפֿינט זיך אין פֿעלדשערס וועבזײַטל, וואָס ער האָט געקויפֿט שוין אין די נײַנציקער יאָרן און דערווײַל פֿאַרגעסן אין גאַנצן. נאָר אַלע לײַט רופֿן זײַן געשעפֿט פּשוט „ביכערקראָם‟, אויב ניט „שטויביקער מיסטקאַסטן, וואָס אַנפּאַסקודיעט די שיינע ירושלימער גאַסן‟. ווער עס וויל וויסן באמת, וואָס פֿאַרקויפֿט מען אין קראָם, וועט גאָרניט געפֿינען אין וועבזײַטל. מע דאַרף גיין אַהין, פֿרעגן בײַ פֿעלדשער אַליין צי בײַ זײַנע אַרבעטערס, באַקומען דעם ענטפֿער: „וואָס ווייס איך? גיט אַ קוק אויף דער פּאָליצע‟ און געשיקט ווערן צו אַן אַלגעמיינער ריכטונג פֿון אַ פּאָר צענדליקער פּאָליצעס, צעטיילט גראָב לויט טעמעס און זשאַנערס. פֿונדעסטוועגן קען מען דאָרטן געוויינטלעך געפֿינען כּלערליי אוצרות, געראַטעוועט פֿון אַלמנהשע ירושות.
https://forward.com/yiddish/433058/three-widows-second-prize-winner-in-writing-contest/