אַ קליינער טראָפּן שפּיגלט אָפּ, זאָגט מען, דעם גאַנצן ים.. און עס איז שוין פֿון לאַנג אויך באַװוּסט, אַז מדינת ישראל איז אַמעריקע אין מיניאַטור און שפּיגלט זי אָפּ אַזוי װי דער קליינער טראָפּן שפּי-גלט אָפּ דעם גרויסן ים.

מיט װאָס זענען מיר דען אַנדערש פֿון אַמעריקע, אויסער דער גרייס און דעם נאָמען? האָט דאָך ישראל שוין דעריאָגט – און אפֿשר איבערגעיאָגט אַמעריקע אין דעם לעבנס-שטײגער, אין דעם געיעג נאָך מאַטעריעלע ריװחים, אין דעם גיכן װוּקס פֿון די סאָציאַלע קאָנטראַסטן – דעם װוּקס פֿון דער צאָל מיליאַרדערן און פֿון דער צאָל קבּצנים אאַז”װ.

צו די אַלע ענלעכקייטן איז אויך צוגעקומען די סעקס-אַװאַנטורע אין הויז פֿון מדינה-פּרעזידענט. און, טאַקע – מיט װאָס איז משה קצבֿ ערגער פֿון קלינטאָנען? און מיט װאָס זענען קצבֿס סעקרע-טאַרקעס ערגער פון מאָניקאַ לעװינסקי? אויך זיי זענען דאָך ייִדישקעס….

אַמת, עס איז נאָך דערװײַל “סוב יודיצע”, די פּאָליציי האָט נאָך נישט פֿאַרענדיקט די אויספֿאָר-שונג און דער יורידישער רעגירונגס-באַראַטער האָט נאָך נישט דערלאַנגט אין געריכט דעם באַשול-דיקונגס-אַקט – װאָס ער קען, אגבֿ, במילא נישט טאָן כּל-זמן דער פּרעזידענט אַמטירט – און דער פּרעזידענט װיל אָבער נישט אויפֿגעבן זײַן אַמט, און רוף מיך קנאַקניסל!

און, אַזוי װי אין דעם גרויסן ים, ד”ה אין אַמעריקע, איז אויך דאָ דער פּאָליטישער פֿאָרום גאָר טיף פֿאַרמישט אין דעם ענין, נאָך דעם װי קצבֿ האָט באַשולדיקט נתּניהוס מענטשן אין אַ קאָנספּיראַציע קעגן אים היות ער בדעה זיך צו פֿאַרמעסטן קעגן אים איבער דער פֿירערשאַפֿט אין “ליכּוד”.

נישט געקוקט אויף דעם אַלעם איז דער אַמט פון מדינה-פּרעזידענט אין ירושלים שוין גאָר שטאַרק באַפֿלעקט.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here