די פּעריאָדישע טאַבעלע פֿון עלעמענטן — אויף ייִדיש
במשך פֿונעם יאָר 2019 האָט מען אַ סך געשריבן וועגן דער פּעריאָדישער טאַבעלע פֿון די עלעמענטן ווײַל הײַיאָר מערקט מען אָפּ דעם 150סטן יובֿל זינט די טאַבעלע איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן.
מיר ייִדן מעגן אויך אָפּגעבן כּבֿוד דער טאַבעלע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן פֿונעם כעמיקער ד״ר דימיטרי מענדעלײעװס, צוליב עטלעכע סיבות. ערשטנס איז כעמיע אַ װיכטיקער טײל פֿון אונדזער לעבן, צי עס רעדט זיך פֿון פֿאַרב, זײף, שאַמפּו, די מאַטעריאַלן װאָס בױען אונדזער טעכנאָלאָגיע, די מעדיקאַמענטן װאָס הײלן אונדז, ברענװאַרג, קלײדער און באַטעריעס.
דערצו האָבן שוין געװוּנען די נאָבל־פּרעמיע מער װי דרײַסיק ייִדן, ס׳רובֿ פֿון זיי אינעם לעצטן האַלב־יאָרהונדערט, אַ דאַנק דער װאַקסנדיקער צאָל ייִדישע װיסנשאַפֿטלער. און — וויכטיק פֿאַר אונדז, די פֿאָרװערטס־לײענער — כעמיע האָט אויך געשפּילט אַ ראָלע אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור זינט דעם יאָר 1900 ווען ס׳איז פּובליקירט געוואָרן אַבֿרהם קאַספּעס בוך אויף ייִדיש, „אָנפֿאַנג פֿון כעמיע‟.
Read more: https://forward.com/yiddish/435230/appreciating-the-periodic-table-of-elements-in-yiddish/