אינעם „פֿאָרווערטס“ האָט דער שרײַבער ציטירט זייער אַ קריטישע רעצענזיע פֿון דער פּען פֿון יצחק באַשעוויס, וואָס צום ביכעלע האָט ער געהאַט נישט איין טענה. דאָ ווילן מיר דערמאָנען בלויז איינע: באַשעוויס האָט זיך אָפּגעשטעלט אויפֿן ענגלישן װאָרט spicy און געשיט פּעך און שוועבל אויפֿן ייִדישן עקוויוואַלענט: „בשׂמימדיק“. דאָס ייִדישע וואָרט פֿאַר spicy איז דאָך גאָר „באַווירצט“, האָט ער זיך געקאָכט.
(דאָ רעדט זיך נישט וועגן דער סלענג־דעפֿיניציע פֿון spicy ווי „שאַרף‟, אַזוי ווי טשילע־פֿעפֿערלעך, נאָר וועגן דער דעפֿיניציע וואָס מיינט „פֿול מיט בשׂמים‟.)
נו, נישט צום ערשטן מאָל ווײַזט זיך אַרויס, אַז „דאָס ייִדישע וואָרט“ איז נאָר איינס פֿון צוויי צי גאָר עטלעכע. אין דער ליטע, אויף וויפֿל ס׳איז אונדז באַקאַנט זאָגט מען גיכער „בשׂמים“ ווי „געווירצן“’ „בשׂמימדיק“ ווי באַווירצט“. אָט איז פֿאַראַן דאָס ס׳ליטווישע „בשׂמים־קראָם“ פֿאַר grocery, וואָס בײַ אַנדערע ייִדן זאָגט מען „שפּײַזקראָם“ (אָדער „…קלייט“, „…געוועלב“), „באַקאַליי־קראָם“ און נאָך.
הינטער יעדן וואָרט איז, אַזוי ווי אַלע מאָל, פֿאַראַן אַ שטיקל היסטאָריע. „בשׂמים“ איז טאַקע טײַטש „געווירצן“, בפֿרט די וואָס מע ניצט צו מאַכן הבֿדלה און וואָס מע האַלט זיי אין אַ בשׂמים־ביקסל. פֿאַר וואָס זשע זאָל אַ קראָם וווּ מע פֿאַרקויפֿט כּלערליי עסנוואַרג גאָר הייסן „בשׂמים־קראָם“?
פֿאַר וואָס איז שווער צו ענטפֿערן, אָבער מע קען גרינג אָנווײַזן אויף פּאַראַלעלע ווערטער אין אַנדערע לשונות. אָט זאָגט מען אויף פֿראַנצייזיש épice פֿאַר „געווירץ“, איז דער וואָס פֿאַרקויפֿט עסנוואַרג épicier און זײַן קרעמל — épicerie. לויט די מקורים נעמט זיך ס׳ענגלישע grocery פֿון gross „הורט“, כאָטש הײַנט איז אַזוינס מער נישט קיין הורטגעשעפֿט; אָבער ס׳עלטערע ענגלישע וואָרט פֿאַר „שפּײַזקרעמער“ איז טאַקע spicer, וואָס ס׳איז לעצטנס געוואָרן באַקאַנט אַ דאַנק איין מענטש מיט דעם משפּחה־נאָמען. אויך ס׳וואָרט „שפּײַז“, אויף דײַטשיש Speis, קער זיך נעמען פֿונעם זעלביקן שורש, כאָטש טייל לעקסיקאָגראַפֿן האַלטן אַנדערש.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/204469/curious-yiddish-words-for-groceries/?p=all#ixzz4jXFZNwNZ