בײַנאַכט האָט מיך אַרײַנגערופֿן די קראַנקנשװעסטער פֿון דעם אַנדערן צימער און געבעטן איך זאָל רעדן אַראַביש מיט אַ קראַנקן װאָס פֿאַרשטייט נישט קײן העברעיִש. איך האָב אים פֿאַרטײַטשט די רײד פון דער קראַנקנשװעסטער (“מ’דאַרף טרינקען אַ סך װאַסער”), און דאַן האָב איך באַמערקט, אַז דער מענטש װאָס ליגט אין בעט איז זײער אַלט.
פֿון װאַנען זײַט איר, יאַ כאַדזש? * האָב איך אַ פֿרעג געטאָן, און ער האָט געענטפֿערט, אַז ער שטאַמט פון אַ דאָרף אין דער געגנט פן חבֿרון, אָבער די לעצטע צענדליקער יאָרן האָט ער געװױנט אין דעם קװאַרטל שועפֿאַט נעבן ירושלים. און װי אַלט זײַט איר? האָב איך געפֿרעגט. ער װײסט נישט גענוי, האָט געענטפֿערט דער כאַדזש, אָבער מער װי הונדערט.
ער איז גענוי 106 יאָר אַלט, האָט זיך אָפּגערופן אַ זקן װאָס איז געזעסן רויִק נעבן דעם בעט פון דעם כאַדזש. איך בין דער זון פֿון דעם כאַדזש, האָט דער מאַן געזאָגט, איך בין 86, און דאָס איז מײַן יונגערער ברודער, ער איז 84 יאָר אַלט. דער טאַטע איז געבוירן אין 1900. אָט זענען זיינע פּאַפּירן פון די טערקישע, פֿון די ענגלישע און פֿון די יאָרדאַנישע צײַטן. אין אַלע שטייט געשריבן אַז ער איז געבוירן אין 1900. ער האָט מיר געװיזן די מעטריקע פון דער צײַט פון דער יאָרדאַנישער הערשאַפֿט.
איך האָב געפֿרעגט דעם כאַדזש װאָס געדענקט ער פֿון זײַנע יונגע יאָרן, און ער האָט מיר דערצײלט מיט באַגײַסטערונג װעגן דער ערשטער װעלט-מלחמה, װען טערקישע אָפֿיצירן האָבן געכאַפּט עטלעכע ײנגעלײַט פון דעם דאָרף, צװישן זיי אים, זײ זאָלן באַדינען די אָטאָמאַנישע אַרטילעריע מיט שלעפּן די סנאַריאַדן. איך בין געװען אין עזה, האָט ער דערצײלט, װען די ענגלענדער האָט געקעמפֿט קעגן די טערקן און די דײַטשן, און איך געדענק װי די ענגלענדער האָבן אונדז באָמבאַרדירט פֿונעם ים.
װאָס איז דער סוד פֿן אײַער לאַנגן לעבן, האָב איך אים געפֿרעגט, און ער האָט געענטפֿערט: דרײַ זאַכן. אָבער רוקט זיך צו מיר צו, כּדי נישט אַלע זאָלן הערן דעם סוד. דאָס ערשטע, זאָגט ער, יעדן טאָג, פֿון מײַן יונגסטן עלטער אָן האָב איך אויסגעטרונקען אַ דריטל גלאָז אָליװן-בוימל, און יעדן אינדערפֿרי װי לאַנג איך געדענק מיך, טרינק איך אַ גלאָז ציגן-מילך גלײַך פון דער אייטער פון דער ציג. און װאַס איז דער דריטער סדר אײַערער, האָב איך געפֿרעגט, און דער כאַדזש האָט געענטפֿערט: אַ סך סיגאַרעטן. װען כ’בין אַלט געװען אַן ערך 75 יאָר, האָבן מיר די דאָקטוירים געזאָגט אַז איך טאָר נישט רויכערן, האָב איך געבעטן מײַנע אייניקלעך זײ זאָלן מיטגיין מיט מיר יעדן פרי אין װעלדל נעבן אונדז און דאָרט פֿלעג איך מיר רויִק רויכערן צוזאַמען מיט זײ.
די קראַנקנשװעסטער איז אָנגעקומען, און האָט מיך געבעטן זיך צוריקקערן אין מײַן צימער, װײַל מיר װעקן אויף די אַנדערע קראַנקע. איך בין אָבער געװען צוגעשפּאַנט צו דעם זקן און געבעטן בלײַבן נאָך אַ װײַלע.
צומאָרגנס נאָך יענער נאַכט זענען אין קאָרידאָר פון דער אָפּטיילונג געקומען אַ סך משפּחה-לײַט, זיי האָבן אָנגעהויבן זיך צו אַמפּערן און קריגן זיך, ס’איז דערגאַנגען ביז געשלעגן און אַפֿילו ביז בלוט, אַז מען האָט געמוזט רופֿן די זיכערהייטס-לײַט. כ’בין צוגעגאַנגען צום כאַדזש און כ’האָב געזען װי ער ליגט זיך רויִק אין זײַן בעט. כאַדזש, װעגן װאָס שלאָגן זיי זיך, האָב איך געפֿרעגט. און ער האָט מיר געענטפֿערט מיט אַ שמײכל: דאָס זענען מײַנע אייניקלעך, זײ מײנען אַז כ’גיי שוין שטאַרבן, רײַסן זײ זיך אַרום איבער דער ירושה. זײ װײסן נישט, אַז װער עס טרינקט אָליװן-אײַל און קאָזע-מילך יעדן אינדערפֿרי, שטאַרבט נישט אַװעק אַזוי גיך.
און דאַן האָט ער ממשיך געװען: איך געדענק װען מ’האָט דערפֿונדן דעם ראַדיאָ, כ’האָב געהערט פּראָג-ראַמען בײַ די שכנים און איך בין געװען צופֿרידן. דער טאַטע האָט מיר געזאָגט אַז מיר װעלן אפֿשר גײן קיין חבֿרון, װעלן מיר דאָרט קויפֿן אַזאַ אַפּאַראַט מיט באַטעריעס. איך האָב אים געזאָגט, אַז איך װיל נישט קיין ראַדיאָ. מע רעדט דאָרט שלעכטע רײד, האָב איך אים געזאָגט, און איך האָב ליב צו הערן נאָר איין גוטע זאַך – דאָס װינטל אויפֿן גראָז װען איך גײ אַרויס צו דער פּאַשע. דאָס איז דאָס סאַמע ליבסטע קול, מע דאַרף נישט קיין ראַדיאָ.
און װאָס נאָך געדענקט איר, כאַדזש? איך געדענק דאָס לאַנד נאָך פון אײדער איר זענט געקומען אַהער, האָט ער געענטפֿערט. און װי איז דאַן געװען? האָב איך געפֿרעגט. ס’איז געװען ביטער, האָט געענטפֿערט דער זקן. ס’איז נישט געװען זיך מיט װעמען צו קריגן. מיר פֿלעגן זיך אַרומהרגענען נאָר צװישן זיך, און ס’איז געװען שרעקלעך. פֿון זינט איר זענט געקומען, האָבן מיר מיט װעמען זיך אַרומצורײַסן, און סאיז דאָ געװאָרן אינטערעסענט.
יאַללאַ, גענוג זיך צערעדט, מ’דאַרף זיך אַ ביסל אַפּרוען.
“ידיעות אחרונות”,
8.09.2006
כאַדזש איז א טיטל, װאָס װערט צוגעטיילט יעדן גלויביקן מוסולמענער, װאָס האָט געהאַט די זכיה צו באַזוכן די הייליקע שטאָט מעקא, אין סאַודיע.