מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

ווי איר האָט שוין אפֿשר געלייענט, האָט דער פֿריש דערוויילטער פּרעזידענט דזשאָו בײַדען אויסגעקליבן דעם ייִדישן דיפּלאָמאַט אַנטאָני בלינקין צו דינען ווי דער קומענדיקער מלוכה־סעקרעטאַר. מע האָט שוין באַשריבן בלינקינס ייִדישע וואָרצלען, אַרײַנגערעכנט ווי אַזוי זײַן באַציִונג מיט זײַן שטיפֿפֿאָטער, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, ווירקט אויף זײַן צוגאַנג צו פּליטים. מסתּמא האָט איר אָבער ניט געוווּסט, אַז אַנטאָני בלינקינס עלטער־זיידע, מאיר בלינקין, איז געווען אַ ייִדישער שרײַבער.

מאיר בלינקין, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין 1879 אין פּרעיאַסלעוו, אוקראַיִנע — דאָס זעלביקע שטעטל פֿון שלום־עליכמס געבורט, האָט געשריבן אונטערן פּסעוודאָנים ב. מאיר. ער האָט פֿאַרענדיקט סײַ אַ תּלמוד־תּורה, סײַ אַ קיִעווער שול פֿאַר סוחרים. לויטן לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער איז ער געווען אַ מאַסאַזשיסט פֿון פֿאַך אָבער ווי עס זעט אויס האָט ער דאָס מסתּמא געטאָן בעת ער האָט שטודירט מעדיצין.

Read full article, click here.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here