אין ליכט פֿון די באַנײַטע פּראָטעסטן לטובֿת די רעכט פֿון אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער, איז כּדאַי ווידער זיך צוצוהערן צום רירנדיקן נוסח פֿונעם הימען פֿון דער אַמעריקאַנער בירגעררעכט־באַוועגונג „מיר וועלן איבערלעבן“, וואָס מיישקע אַלפּערט, פֿראַנק לאָנדאָן און דוד קראַקאַוער האָבן אויספֿגעפֿירט אויפֿן קראָקאָווער ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל מיט צוויי יאָר צוריק.

Fantastic rendition of 'We Shall Overcome' by Michael Alpert, Frank London, David Krakauer and the Sejny Theater Klezmer Orchestra at their concert at the Jewish Culture Festival in Krakow… אויסגעצייכנט!

Posted by Reyzl Zyl on Thursday, June 28, 2018

זייער נוסח פֿאַררופֿט זיך ניט בלויז אויפֿן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער גאָספּעל־ליד, וואָס פּיט סיגער און גײַ קאַראַוואַן האָבן פֿאַרוואַנדלט אינעם הימען פֿון דער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער בירגעררעכט־באַוועגונג, נאָר אויך אויף אַן אינצידענט וואָס איז פֿאָרגעקומען אין די ערשטע טעג פֿונעם חורבן. אין 1939 האָט אַ דײַטשישער אָפֿיציר אין לובלין געפֿאָדערט, אַז אַ גרופּע חסידישע מענער זאָלן פֿאַר אים זינגען אַ ליד. לכתּחילה האָבן זיי אָנגעהויבן זינגען דאָס פֿאָלקסליד „לאָמיר זיך איבערבעטן‟ אָבער איינער פֿון זיי האָט אין גיכן ספּאָנטאַן געביטן די ווערטער אויף „מיר וועלן זיי איבערלעבן, אָבֿינו שבשמים.‟ ווען נאָך הונדערטער ייִדן האָבן אויפֿגעכאַפּט דאָס ליד און אָנגעהויבן מיטצוזינגען, האָט דער אָפֿיציר זיי געהייסן שווײַגן. דאָס ליד האָט אָבער ווײַטער אָפּגעהילכט אַלץ העכער און העכער.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here