ד״ר יוסף גורי, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסיש וואָס איז ווי אַ קינד על־פּי־נס ניצול געוואָרן פֿונעם חורבן און האָט געשטרעבט צו פֿאַראייביקן דאָס לשון פֿון זײַנע אומגעבראַכטע עלטערן, איז די וואָך ניפֿטר געוואָרן. ער איז געווען 90 יאָר אַלט.
אַ געבוירענער אין ווילקאָמיר, ניט ווײַט פֿון ווילנע, האָט זיך דער 11־יאָריקער יוסף פּאָדריאַטשיק געפֿונען אין אַ זומער־קאָלאָניע ווען די דײַטשן זענען אַרײַן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. ער איז אַנטלאָפֿן און אַליין געפֿאָרן מיט דער באַן אַזש ביזן וואָלגער ראַיאָן, ווײַט אויף מיזרח. דאָרטן האָט מען אים אַרײַנגענומען אין אַ קינדערהיים פֿאַר די, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם פֿראָנט. ווען ער און די אַנדערע ייִנגלעך און מיידלעך האָבן געשיקט בריוו אַהיים, האָבן ס׳רובֿ פֿון זיי באַקומען אַן ענטפֿער, אָבער ער און די אַנדערע ייִדישע קינדער — ניט. ווי ער האָט זיך שפּעטער דערוווּסט, האָבן די דײַטשן דערהרגעט זײַנע עלטערן, לייב און גיטל, און זײַן שוועסטער, טאמאַרע.
Click here to read full article