קאַמערין בערנשטיין, אַ יונגע שיקאַגער ייִדישיסטקע באַקאַנט פֿאַר אירע פּאָפּולערע קורצע ווידעאָס אויף דער סאָציאַלער נעץ „טיקטאָק“ וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, האָט לכּבֿוד פּורים אַרויסגעלאָזט אַ לענגערן פֿילם אויף יוטוב.
אינעם ווידעאָ לייענט זי פֿאָר און שפּילט אויס אַבֿרהם גאָלאָמבס פּורימדיקן נוסח פֿון דער באַקאַנטער אייראָפּעיִשער פֿאָלקס־מעשׂה Little Red Riding Hood, וואָס ווערט בײַ אים איבערגעצט ווי „יענטעלע רויט־מענטעלע“. אַזוי ווי אינעם באַקאַנטן טעקסט פֿון די ברידער גרים, טרעפֿט „יענטעלע רויט־מענטעלע“ אַ וואָלף אין וואַלד, נאָר אין דעם נוסח געשעט עס בשעת זי ברענגט דער באָבען שלח־מנות. אינעם ווידעאָ שפּילט בערנשטיינס הינטל, אורי, דעם בייזן וואָלף, וואָס וויל אויפֿעסן אַ היפּש ביסל מער ווי סתּם פֿלאָדן און המן־טאַשן.
- Read full article, click here.