איך שרײב אַ בריװעלע אַז קײנער זאָל ניט זען;
דאָס דאָזיק בריװעלע װעט קײנער ניט באַקומען,
איך שרײַב עס, טײַערע, פֿאַר די װאָס זענען דאָ געװען,

פֿאַר די װאָס װעלן שױן אַהערצו מער ניט קומען.

דאָס דאָזיק בריװעלע איז װי אַ שאָס פֿון טרוקן אױג,
אַן אױג װאָס אױפֿגעפּראַלט איז כלומרשט לער-און-לײדיק,
נאָר אינדעראמתן, ס’קוקט אין די הױכן אױס די טױב
װאָס זאָל אַ בענטש טאָן יענע װײַסע װעלט װאָס אײביקט…

איך שרײַב אַ בריװעלע מיט ניגון, ניט מיט טינט,
מיט קלאַנגען װאָס װי מאָנעלעך כ’טו קלייבן,
װי ס קלײבט אַ מאַמע קרישקעס נחת פֿון איר קינד
װען צײַט-און-גורל לױערן איר נחת באַלד צערײַבן…

איך שרײַב אַ בריװעלע אַז קײנער זאָל ניט זען;
דאָס דאָזיק בריװעלע װעט מעגלעך קײנער ניט באַקומען,
איך שרײַב עס, טײַערע, פֿאַר די װאָס זענען דאָ געװען,
און װאַרט אױף זײער שמײכל הימלשן און שטומען.

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here