דער „אַרבעטער־רינג“ אָרגאַניזירט אַ חנוכּה־שׂימחה, וווּ זינגער און אַקטיאָרן פֿון פֿאַרשידענע לענדער וועלן זיך באַטייליקן אין אַ זינגערײַ. כּדי דער עולם זאָל מיטזינגען, וועט מען ווײַזן די ווערטער צו די לידער אויף ייִדיש און ענגליש בעת מע זינגט די לידער.

אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 13טן דעצעמבער, 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועלן אויפֿטרעטן די זינגער און מוזיקער זיסל און דינה סלעפּאָוויטש (ניו־יאָרק), פּאָלינאַ שעפּהערד מיט איר כאָר (ענגלאַנד), סינדי פּיילי (לאָס־אַנדזשעלעס), עלינאָר ביזונסקי (ניו־יאָרק), סוועטאַ קונדיש (בערלין) און פּערל טייטלבוים (ניו־יאָרק). די אַקטיאָרן מאָטל דידנער און מיכל יאַשינסקי וועלן פֿאַרווײַלן דעם עולם מיט הומאָריסטישע סקעטשן.

כאָטש מע קען זען די פּראָגראַם בחינם, בעט מען אַ נדבֿה פֿון $18 כּדי צו העלפֿן אונטערשטיצן די ייִדיש־קלאַסן בײַם „אַרבעטער־רינג“. די וואָס זעען די פּראָגראַם וועלן אויך אַרײַנגענומען ווערן אין אַ לאָטעריע, און דער געווינער וועט זיך קענען פֿאַרשרײַבן אויף אַ ייִדיש־קלאַס בחינם.

https://forward.com/yiddish/459931/online-hanukkah-party-and-sing-along-with-the-workers-circle/

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here