64.6 F
San Diego
Monday, January 6, 2025
אַ קליינער טראָפּן שפּיגלט אָפּ, זאָגט מען, דעם גאַנצן ים.. און עס איז שוין פֿון לאַנג אויך באַװוּסט, אַז מדינת ישראל איז אַמעריקע אין מיניאַטור און שפּיגלט זי אָפּ אַזוי װי דער קליינער טראָפּן שפּי-גלט אָפּ דעם גרויסן ים. מיט װאָס זענען מיר דען אַנדערש פֿון אַמעריקע, אויסער דער גרייס און דעם נאָמען? האָט דאָך ישראל שוין דעריאָגט - און...
איך שרײב אַ בריװעלע אַז קײנער זאָל ניט זען; דאָס דאָזיק בריװעלע װעט קײנער ניט באַקומען, איך שרײַב עס, טײַערע, פֿאַר די װאָס זענען דאָ געװען, פֿאַר די װאָס װעלן שױן אַהערצו מער ניט קומען. דאָס דאָזיק בריװעלע איז װי אַ שאָס פֿון טרוקן אױג, אַן אױג װאָס אױפֿגעפּראַלט איז כלומרשט לער-און-לײדיק, נאָר אינדעראמתן, ס'קוקט אין די הױכן אױס די טױב װאָס זאָל אַ בענטש טאָן...
דאָס לבֿנונישע דאָרף קאַנאַ איז נישט יענער קאַנאַ װוּ יעזוס האָט, לויט דער קריסטלעכער מיטאָלאָגיע מקיים געװען דעם נס פון פאַרװאַנדלען װאַסער אין װײַן. דאָס באַרימטע דאָרף פון דעם קריסטלעכן נײַעם טעסטאַמענט געפינט זיך אין גליל. דאָך מעג מען זיך לאָזן אויף די פליגלען פון דעם מעטאַפֿאָר און באשטימען, אַז דאָס בלוט װאָס איז געװאָרן פאַרגאָסן אין דעם לבֿנונישן...
װי באַװוּסט, האָט די באַרימטע ק"ק כעלעם, אַזוי װי אַנדערע ייִדישע שטעט, אויך פֿאַרמאָגט ייִדישע גנבֿים, שװינדלערס און כלערליי בעלי עבירהניקעס. זײ אַלע האָבן זיך פֿאַרדינט מען זאָל זײ אַרײַנזעצן אין תפֿיסה. דער כעלעמער רבֿ האָט אָבער געהאַלטן, אַז איבערגעבן אַ ייִדישן גנבֿ אין די הענט פון אַ גוייִשער פּאָליציי איז קעגן דער הלכה. װאָס-זשע טוט מען? - האָט...
בײַנאַכט האָט מיך אַרײַנגערופֿן די קראַנקנשװעסטער פֿון דעם אַנדערן צימער און געבעטן איך זאָל רעדן אַראַביש מיט אַ קראַנקן װאָס פֿאַרשטייט נישט קײן העברעיִש. איך האָב אים פֿאַרטײַטשט די רײד פון דער קראַנקנשװעסטער ("מ'דאַרף טרינקען אַ סך װאַסער"), און דאַן האָב איך באַמערקט, אַז דער מענטש װאָס ליגט אין בעט איז זײער אַלט. פֿון װאַנען זײַט איר, יאַ כאַדזש? *...
. װעגן זײַנע פריִערדיקע מעשים איז גאָרנישט באַװוּסט. ער איז נאָך, קענטיק, געװען צו יונג. נאָכן צוזאַמענברוך פון דעם קאָמוניסטישן רעזשים איז ער אַ געװיסן טאָג געקומען אין דער רעדאַקציע פון "סאָװיעטיש הײמלאַנד" און געזאָגט, אַז ער װיל שאַפן אַ צענטראַלע קערפּערשאַפט פאַר די ייִדן אין דעם נאָכקאָמוניסטישן ראַטנפאַרבאַנד. אַ קורצע צײַט נאָך דעם האָט ער זיך אַנטפּלעקט װי דער...
יוסף קערלער איז געװען איינער פֿון די סאַמע אָנזעעװדיקע ייִדישע דיכטער, װאָס האָבן, נאָכן אַרויסרײַסן זיך פֿון סאָװיעט-רוסלאַנד, אַרײַנגעשריבן נײַע און פֿרישע בלעטער אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער דיכטונג. קערלער איז אויפֿגעװאַקסן אין אַ ייִדישן קאָלװירט אין צפֿון-קרים, שטודירט אין אַ טעכניקום אין אָדעס און דערנאָך אין דער טעאַטער-שול פֿון מאָסקװער ייִדישן מלוכה-טעאַטער. צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדיש-סאָװיעטישע שרײַבער האָט ער געדינט...
אַ קװערשניט דורך דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַ-טער, אָנהײבנדיק פֿון אַברהם גאָלדפֿאַדען ביז אונדזע-רע טעג, - האָט אַדורכגעפֿירט דער פֿאָרזיצער פֿונעם קולטור-קרײַז, ח' מיכאל װײַנאַפּעל אין אַ פֿאָרלעזונג געהאַלטן דעם 20-סטן סעפּטעמבער ד. י. אין זײַן אַײַנפֿיר צום רעפֿעראַט האָט ער אין קורצן דערמאָנט דעם װעג פֿון דעם נישט-ייִדישן טעאַטער, פֿון דעם אַלטערטימלעך גריכישן, דורך דעם איטאַליענישן און פֿראַנצייזישן "טעאַטר דעל-אַרטע" און...
אין ביידזשין, די אַמאָליקע פּעקין, איז דעם 10-טן סעפּטעמבער אָפּגעמערקט געװאָרן 30 יאָר נאָכן טויט פון דעם "פֿאָטער פון כינזעישן קאָמוניזם", דעם פֿאַרגעטערטן מאָאַ טסע-טונג, און טויזנטער מענטשן זענען געקומען אים זען אין דעם מאַוזאָלײ. װי עס גיבן אָבער איבער די נײַעס-אַגענטורן, האָט די כינעזישע פּרעסע אויף צומאָרגנס געװידמעט נאָר געצײלטע שורות דעם מחבּר פון דעם הייליקן "רויטן ביכעלע"....
פּרעז. דזשאָרדזש טאָפּל-װאָװ בוש דער דזשוניאָר האָט די נידעריקסטע מאָס פון אינטליגענץ אין פֿאַר-גלײַך מיט אַלע אַמעריקאַנער פּרעזידענטן - 110 אין צאָל - זינט דעם אָנהייב פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט - דרינגט אַרויס פֿון אַ פֿאָרשונג, װאָס איז דורכגעפֿירט געװאָרן דורך פּסיכאָלאָגן פֿון דעם קאַליפֿאָרניע- אוניװערסיטעט. דאָס הײסט נישט, אַז ער איז נישט גענוג אינטע-ליגענט כּדי צו פֿאַרנעמען דעם אַמט...