64.6 F
San Diego
Friday, May 10, 2024
By Agustín Ruiz from Mendoza, Argentina (espejoUploaded by Partyzan_XXI) [CC BY 2.0 (https://creativecommons.org/licenses/by/2.0)], via Wikimedia Commons
צװײ װעלטן האַלטסטו בײַ דער האַנט און בײדע װעלטן זײַנען דײַנע, דײַן מאָרגן און דײַן נעכטן הײַנט דעם װעג דעם זוניקן באַשײַנען. צװײ װעלטן האַלטן אונטער דיך: אַ יונג, פֿריש װעלטל פֿול מיט ליכט, אַ װעלט פֿון קנאָכיקן אויסדויער װאָס קװעלט פֿון הימלען און פֿון רויערד. צװײ װעלטן פֿירן דיך פֿאַרליבט... צי קען דען צײַט דעם בונד צערײַבן? - אַז בײדע װעלן אײביק בלײַבן דײַן לײַ ב - און -...
Photo: Weaponry Captured During Second Lebanon War, by Israel Defense Forces, via Wikimedia Commons
פֿון אַלע קרבּנות פֿון דעם צװײטן לבֿנונישן דורכ-פֿאַל האָט דעם גרעסטן קרבּן באַצאָלט - די "סאָציאַלע אַגענדע". דאָס האָט עמיר פּרץ געהאַט אָנגעזאָגט װען ער האָט דעראָבערט די אָנפֿירונג פֿון דער אַרבעטס-פּאַרטיי, די "עבֿודה", נאָך די פּרײַמעריס אין דער פּאַרטיי בערך מיט אַ יאָר צוריק. די איבערקערעניש אין "עבֿודה" האָט אַרויסגערופֿן אַ סאָציאַלע ערד-ציטעריש אין דער גאַנצער ישראלדיקער געזעלשאַפֿטלעכקייט און...
אין די אַלטע גוטע צײַטן האָט מען אין קיך געקענט אָפּקומען בלויז מיט אַ פֿרידזשידער, אַן אויוון און אַן אָפּגאָס. הײַנט קען מען קויפֿן אַזוי פֿיל נײַמ‮אָדישע קיך־מכשירים אַז מע קען אַזש משוגע ווערן. בײַ מיר איז דער סאַמע וויכטיקסטער קיך־מכשיר – מײַן באַליבטער קאַוועניק.
אַ קליינער טראָפּן שפּיגלט אָפּ, זאָגט מען, דעם גאַנצן ים.. און עס איז שוין פֿון לאַנג אויך באַװוּסט, אַז מדינת ישראל איז אַמעריקע אין מיניאַטור און שפּיגלט זי אָפּ אַזוי װי דער קליינער טראָפּן שפּי-גלט אָפּ דעם גרויסן ים. מיט װאָס זענען מיר דען אַנדערש פֿון אַמעריקע, אויסער דער גרייס און דעם נאָמען? האָט דאָך ישראל שוין דעריאָגט - און...
איך שרײב אַ בריװעלע אַז קײנער זאָל ניט זען; דאָס דאָזיק בריװעלע װעט קײנער ניט באַקומען, איך שרײַב עס, טײַערע, פֿאַר די װאָס זענען דאָ געװען, פֿאַר די װאָס װעלן שױן אַהערצו מער ניט קומען. דאָס דאָזיק בריװעלע איז װי אַ שאָס פֿון טרוקן אױג, אַן אױג װאָס אױפֿגעפּראַלט איז כלומרשט לער-און-לײדיק, נאָר אינדעראמתן, ס'קוקט אין די הױכן אױס די טױב װאָס זאָל אַ בענטש טאָן...
דאָס לבֿנונישע דאָרף קאַנאַ איז נישט יענער קאַנאַ װוּ יעזוס האָט, לויט דער קריסטלעכער מיטאָלאָגיע מקיים געװען דעם נס פון פאַרװאַנדלען װאַסער אין װײַן. דאָס באַרימטע דאָרף פון דעם קריסטלעכן נײַעם טעסטאַמענט געפינט זיך אין גליל. דאָך מעג מען זיך לאָזן אויף די פליגלען פון דעם מעטאַפֿאָר און באשטימען, אַז דאָס בלוט װאָס איז געװאָרן פאַרגאָסן אין דעם לבֿנונישן...
װי באַװוּסט, האָט די באַרימטע ק"ק כעלעם, אַזוי װי אַנדערע ייִדישע שטעט, אויך פֿאַרמאָגט ייִדישע גנבֿים, שװינדלערס און כלערליי בעלי עבירהניקעס. זײ אַלע האָבן זיך פֿאַרדינט מען זאָל זײ אַרײַנזעצן אין תפֿיסה. דער כעלעמער רבֿ האָט אָבער געהאַלטן, אַז איבערגעבן אַ ייִדישן גנבֿ אין די הענט פון אַ גוייִשער פּאָליציי איז קעגן דער הלכה. װאָס-זשע טוט מען? - האָט...
בײַנאַכט האָט מיך אַרײַנגערופֿן די קראַנקנשװעסטער פֿון דעם אַנדערן צימער און געבעטן איך זאָל רעדן אַראַביש מיט אַ קראַנקן װאָס פֿאַרשטייט נישט קײן העברעיִש. איך האָב אים פֿאַרטײַטשט די רײד פון דער קראַנקנשװעסטער ("מ'דאַרף טרינקען אַ סך װאַסער"), און דאַן האָב איך באַמערקט, אַז דער מענטש װאָס ליגט אין בעט איז זײער אַלט. פֿון װאַנען זײַט איר, יאַ כאַדזש? *...
. װעגן זײַנע פריִערדיקע מעשים איז גאָרנישט באַװוּסט. ער איז נאָך, קענטיק, געװען צו יונג. נאָכן צוזאַמענברוך פון דעם קאָמוניסטישן רעזשים איז ער אַ געװיסן טאָג געקומען אין דער רעדאַקציע פון "סאָװיעטיש הײמלאַנד" און געזאָגט, אַז ער װיל שאַפן אַ צענטראַלע קערפּערשאַפט פאַר די ייִדן אין דעם נאָכקאָמוניסטישן ראַטנפאַרבאַנד. אַ קורצע צײַט נאָך דעם האָט ער זיך אַנטפּלעקט װי דער...