64.6 F
San Diego
Wednesday, May 1, 2024
Shoes Shoemaker Middle Ages Leather Boots Isolated
..."זיץ! זיץ! עס װעט נעמען בלויז אייניקע מינוטן". דער שוסטער שטעלט אַװעק פֿאַר מיר אַ פּוס-בענקעלע בײַם אַרײַנגאַנג אין זיין קליינער קראָם. קלאָר, אַז מײַנע שיך זײַנען נישט פֿאַרטיק. ער קען נישט פֿאַרריכטן קײן שיך אויב זײער באַלעבאָס זעצט זיך נישט אַװעק אַדורכצורײדן זיך מיט אים. ער איז אַ גרויסער שמועסער און קען זיך אויס אין אַ בוך. איך קען מענטשן, װאָס...
דאָס לבֿנונישע דאָרף קאַנאַ איז נישט יענער קאַנאַ װוּ יעזוס האָט, לויט דער קריסטלעכער מיטאָלאָגיע מקיים געװען דעם נס פון פאַרװאַנדלען װאַסער אין װײַן. דאָס באַרימטע דאָרף פון דעם קריסטלעכן נײַעם טעסטאַמענט געפינט זיך אין גליל. דאָך מעג מען זיך לאָזן אויף די פליגלען פון דעם מעטאַפֿאָר און באשטימען, אַז דאָס בלוט װאָס איז געװאָרן פאַרגאָסן אין דעם לבֿנונישן...
פֿ ו ן העט װען עקבערט מײַן מוֹח אַזאַ פֿראַגע: צי זײַנען בײַ ייִדן געװען װעלכע עס איז מעגלעכ־ קייטן פֿאַר אייגענע, תּכליתדיקע איניציאַטיװן אין דעם דראַמאַטיש־גוֹרלדיקן פּעריאָד פֿון 1880 ביז אַן ערך 1950? אין דעם אָפּשטאַנד פֿון יאָרן זעט מען באַשײַמ־ פּערלעך װאָס אונדזערע גדוֹלים־טאָנגעבער האָבן אין זייער צײַט יאָ און נישט אָפּגעטאָן. געזוכט אַן ענטפֿער אין מעמואַרן...
ניט מאָלן מיט פּענזל און פֿאַרב - נאָר שאַפֿן אַ פּלאַסטיש בילד, מיט װערטער װעגן דעם גאָלדיקן חוֹדש, װעלכער פֿאַרענדיקט דעם זומער און פֿאַרװאַנדלט זיך אין האַרבסט - װען גרינע בלעטער װערן געל און רויט, און גראָזן הײבן אָן צו װעלקן. און דער אַרום טוט אָן דער ברוינעם בּגד פֿון סוף זומער ליד - זײַנען װערטער. ליד...
. װעגן זײַנע פריִערדיקע מעשים איז גאָרנישט באַװוּסט. ער איז נאָך, קענטיק, געװען צו יונג. נאָכן צוזאַמענברוך פון דעם קאָמוניסטישן רעזשים איז ער אַ געװיסן טאָג געקומען אין דער רעדאַקציע פון "סאָװיעטיש הײמלאַנד" און געזאָגט, אַז ער װיל שאַפן אַ צענטראַלע קערפּערשאַפט פאַר די ייִדן אין דעם נאָכקאָמוניסטישן ראַטנפאַרבאַנד. אַ קורצע צײַט נאָך דעם האָט ער זיך אַנטפּלעקט װי דער...
אין אָנבליק פון דער הערשנדיקער גלאָבאַליזאַ-ציע מיט איר אָנגייענדיקער פּריװאַטיזאַציע - אין אײַנקלאַנג מיט דער עקאָנאָמישער פּאָליטיק פון דער "ליבעראַלער" קדימה-פּאַרטיי און פֿון איר פינאַנץ-מיניסטער הירשזאָן, איז אָנצונעמען, אַז גאָר אין גיכן װעט אויך די אַרמיי װערן פּריװאַטיזירט, כּדי זי זאָל װערן עפֿעקטיװער, װי זי איז געװען איצט אין דער מלחמה אין לבֿנון. דער ערשטער שריט אין דער ריכטונג איז שוין...
דער הערשער פֿון טורקמעניסטאַן סאַפֿרומאַט ניאַזאָװ, איז נישט סתם קיין פּרעזידענט, און אַפֿילו נישט קיין געװײנלעכער טשודאַק. ער װעט אַרײַן אין דער געשיכטע פון די לענדער פון געװעזענעם ראַטנ-פֿאַרבאַנד און אין דער װעלט-געשיכטע בכלל - װי דער סאַמע אויסטערלישסטער טיראַן פֿון אַלע צײַטן. דער מאַן, װעלכער איז אויסגעװײלט געװאָרן נאָך אונטער דעם קאָמוניסטישן רעזשים, האָט שוין מיט 26 יאָר צוריק,...
אַ קװערשניט דורך דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַ-טער, אָנהײבנדיק פֿון אַברהם גאָלדפֿאַדען ביז אונדזע-רע טעג, - האָט אַדורכגעפֿירט דער פֿאָרזיצער פֿונעם קולטור-קרײַז, ח' מיכאל װײַנאַפּעל אין אַ פֿאָרלעזונג געהאַלטן דעם 20-סטן סעפּטעמבער ד. י. אין זײַן אַײַנפֿיר צום רעפֿעראַט האָט ער אין קורצן דערמאָנט דעם װעג פֿון דעם נישט-ייִדישן טעאַטער, פֿון דעם אַלטערטימלעך גריכישן, דורך דעם איטאַליענישן און פֿראַנצייזישן "טעאַטר דעל-אַרטע" און...
פּרעז. דזשאָרדזש טאָפּל-װאָװ בוש דער דזשוניאָר האָט די נידעריקסטע מאָס פון אינטליגענץ אין פֿאַר-גלײַך מיט אַלע אַמעריקאַנער פּרעזידענטן - 110 אין צאָל - זינט דעם אָנהייב פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט - דרינגט אַרויס פֿון אַ פֿאָרשונג, װאָס איז דורכגעפֿירט געװאָרן דורך פּסיכאָלאָגן פֿון דעם קאַליפֿאָרניע- אוניװערסיטעט. דאָס הײסט נישט, אַז ער איז נישט גענוג אינטע-ליגענט כּדי צו פֿאַרנעמען דעם אַמט...
װי אין יעדער פּאַטריאָטישער מלחמה האָט אויך אין דער צװײטער לבֿנונישער מלחמה דאָס הינ-טערלאַנד זיך געאייניקט אין זײַן טרײַשאַפֿט צום פֿאָטערלאַנד און דערמוטיקט די מענער און די זין פון דעם רעזערװיסטן-דינסט אין דער מלחמה. דאָס געאיי-ניקטע פֿאָלק האָט גערופֿן צו "קעמפֿן ביזן סוף", "אָנ-לערנען דעם נאַסראַללאַ און כיזבאַללאַ זײ זאָלן נישט קענען מער אויפֿשטיין". אָבער װען די מלחמה האָט זיך...