64.6 F
San Diego
Friday, April 26, 2024
דער הערשער פֿון טורקמעניסטאַן סאַפֿרומאַט ניאַזאָװ, איז נישט סתם קיין פּרעזידענט, און אַפֿילו נישט קיין געװײנלעכער טשודאַק. ער װעט אַרײַן אין דער געשיכטע פון די לענדער פון געװעזענעם ראַטנ-פֿאַרבאַנד און אין דער װעלט-געשיכטע בכלל - װי דער סאַמע אויסטערלישסטער טיראַן פֿון אַלע צײַטן. דער מאַן, װעלכער איז אויסגעװײלט געװאָרן נאָך אונטער דעם קאָמוניסטישן רעזשים, האָט שוין מיט 26 יאָר צוריק,...
אין אָנבליק פון דער הערשנדיקער גלאָבאַליזאַ-ציע מיט איר אָנגייענדיקער פּריװאַטיזאַציע - אין אײַנקלאַנג מיט דער עקאָנאָמישער פּאָליטיק פון דער "ליבעראַלער" קדימה-פּאַרטיי און פֿון איר פינאַנץ-מיניסטער הירשזאָן, איז אָנצונעמען, אַז גאָר אין גיכן װעט אויך די אַרמיי װערן פּריװאַטיזירט, כּדי זי זאָל װערן עפֿעקטיװער, װי זי איז געװען איצט אין דער מלחמה אין לבֿנון. דער ערשטער שריט אין דער ריכטונג איז שוין...
אַ לידער - זאַמלונג פון אַ דיכטער בן דיכטער - הגם דער נאָמען, מיט װעלכן ער שרײַבט אונטער זײַנע לידער, איז - א פּסעװדאָנים, אָדער ריכטיקער: אַן אויס - געבאָרגטער, װאָס איז ענלעך צו זײַן נאָמען. װײַל - חוץ אַ דיכטער איז ער אויך אַ ייִדיש - װיסנשאַפטלער, פּראָפֿעסאָר פון ייִדיש - קענטעניש אויפן אינדיאַנאַ - אוניװערסיטעט אין בלומינגדייל,...
דער גירוש-באַפֿעל, װעלכן דער קעניג עדװאַרד דער ערשטער האָט אַרויסגעגעבן קעגן די ייִדן פֿון בריטאַניע אין יאָר 1290, איז נאָך אַלץ נישט גילטיק. כּדי אים אָפּצושאַפֿן, איז נייטיק די חתימה פֿון דער ענגלישער קעניגין. װעגן דעם איז איצט באַקאַנט געװאָרן פון אַן אַרטיקל, װאָס עס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער אינ-טערנעץ דער ישראלדיקער היסטאָריקער אורי קציר. איינע פֿון די סיבות פֿון דעם...
אין דעם פּאָפּולערן עלעקטראָנישן "מענדעלע"- געװעב איז לעצטנס אָנגעגאַנגען אַן אינטערעסאַנטער געדאַנקען-אויסטויש אַרום דעם (אין ענגליש דערשינענעם) אַרטיקל פֿון אַ געװיסן חײם פּעװנער א. נ. "ייִדיש אַן אָפּשטאַרבנדיק לשון". "מענדעלע-פּראָגראַם" איז אַ "װעבסײַט" - אַ װעב-פאָרום געגרינדעט בײַם יעל-אוניװערסיטעט, אונטער דער רעדאַקציע פון פּראָפֿ' לעאָנאַרד פּראַגער פֿון חיפֿה, װאָס דערמעגלעכט יעדן אײנעם צו פֿרעגן יעטװעדע שאלה און זיך אַרויסצוזאָגן און אויף...
איך שרײב אַ בריװעלע אַז קײנער זאָל ניט זען; דאָס דאָזיק בריװעלע װעט קײנער ניט באַקומען, איך שרײַב עס, טײַערע, פֿאַר די װאָס זענען דאָ געװען, פֿאַר די װאָס װעלן שױן אַהערצו מער ניט קומען. דאָס דאָזיק בריװעלע איז װי אַ שאָס פֿון טרוקן אױג, אַן אױג װאָס אױפֿגעפּראַלט איז כלומרשט לער-און-לײדיק, נאָר אינדעראמתן, ס'קוקט אין די הױכן אױס די טױב װאָס זאָל אַ בענטש טאָן...
ניט מאָלן מיט פּענזל און פֿאַרב - נאָר שאַפֿן אַ פּלאַסטיש בילד, מיט װערטער װעגן דעם גאָלדיקן חוֹדש, װעלכער פֿאַרענדיקט דעם זומער און פֿאַרװאַנדלט זיך אין האַרבסט - װען גרינע בלעטער װערן געל און רויט, און גראָזן הײבן אָן צו װעלקן. און דער אַרום טוט אָן דער ברוינעם בּגד פֿון סוף זומער ליד - זײַנען װערטער. ליד...
דאָס לבֿנונישע דאָרף קאַנאַ איז נישט יענער קאַנאַ װוּ יעזוס האָט, לויט דער קריסטלעכער מיטאָלאָגיע מקיים געװען דעם נס פון פאַרװאַנדלען װאַסער אין װײַן. דאָס באַרימטע דאָרף פון דעם קריסטלעכן נײַעם טעסטאַמענט געפינט זיך אין גליל. דאָך מעג מען זיך לאָזן אויף די פליגלען פון דעם מעטאַפֿאָר און באשטימען, אַז דאָס בלוט װאָס איז געװאָרן פאַרגאָסן אין דעם לבֿנונישן...
יוסף קערלער איז געװען איינער פֿון די סאַמע אָנזעעװדיקע ייִדישע דיכטער, װאָס האָבן, נאָכן אַרויסרײַסן זיך פֿון סאָװיעט-רוסלאַנד, אַרײַנגעשריבן נײַע און פֿרישע בלעטער אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער דיכטונג. קערלער איז אויפֿגעװאַקסן אין אַ ייִדישן קאָלװירט אין צפֿון-קרים, שטודירט אין אַ טעכניקום אין אָדעס און דערנאָך אין דער טעאַטער-שול פֿון מאָסקװער ייִדישן מלוכה-טעאַטער. צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדיש-סאָװיעטישע שרײַבער האָט ער געדינט...
. װעגן זײַנע פריִערדיקע מעשים איז גאָרנישט באַװוּסט. ער איז נאָך, קענטיק, געװען צו יונג. נאָכן צוזאַמענברוך פון דעם קאָמוניסטישן רעזשים איז ער אַ געװיסן טאָג געקומען אין דער רעדאַקציע פון "סאָװיעטיש הײמלאַנד" און געזאָגט, אַז ער װיל שאַפן אַ צענטראַלע קערפּערשאַפט פאַר די ייִדן אין דעם נאָכקאָמוניסטישן ראַטנפאַרבאַנד. אַ קורצע צײַט נאָך דעם האָט ער זיך אַנטפּלעקט װי דער...